Viejas canciones Sefaradíes

Por:
- - Visto 504 veces

נישט איין מאָל פֿרעגן זיך די הײַנטיקע מוזיקער: וואָס טוט מען מיט די אַלטע אוצרות פֿון פֿאָלקמוזיק? עס רעדט זיך נישט בלויז מכּוח דער אַשכּנזישער מוזיק אויף ייִדיש, אָבער אויך דער ספֿרדישער פֿאָלקמוזיק־טראַדיציע.

אין אַ נײַער רעקאָרדירונג פֿונעם „גײַ מענדילאָוו־אַנסאַמבל‟ [Guy Mendilow Ensemble], וואָס הייסט, „מעשׂיות פֿון אַ פֿאַרגעסענעם קיניגרײַך‟ [Tales from the Forgotten Kingdom], האָט מען באַשלאָסן אַוועקצוגיין ווײַט פֿון דער אַלטער טראַדיציע און שאַפֿן עפּעס נײַס, וואָס זאָל דערוועקן אַן אינטערעס און געפֿיל אינעם הײַנטיק עולם.

עס געדענקט זיך אַ קאָנצערט פֿון ספֿרדישער מוזיק, וואָס איך האָב געזען אין די 1990ער יאָרן, וווּ דער זינגער איז אַרויס אין אַ פֿילפֿאַרביקן כאַלאַט, ווי יוסף הצדיק, און גערומפּלט אויף זײַן גיטאַר, עלעהיי ער וואָלט געווען אַ גאַסן־זינגער אין שפּאַניע פֿונעם 14טן יאָרהונדערט. כאָטש איך האָב ווייניק געוווּסט דעמאָלט פֿון דער געשיכטע פֿון ספֿרדישער מוזיק, האָב איך אָבער געפֿילט, אַז דאָס וואָס ווערט געשטעלט אויף דער בינע, איז אַ פּורים־שפּיל און שפּיגלט נישט אָפּ די עכטע טראַדיציע.


דאָס ספֿרדישע גלות האָט צעשפּרייט די ייִדן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל איבער דער גאַנצער וועלט — טערקײַ, גריכנלאַנד, בולגאַריע, מאַראָקאָ, האָלאַנד, ארץ־ישׂראל, עגיפּטן און אַמעריקע — און זייער געשאַפֿענע שפּראַך, לאַדינאָ, אויך באַקאַנט ווי דזשודעזמאָ, האָט געהאָלפֿן, זיי זאָלן זיך צוזאַמענהאַלטן ווי אַ קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָט מען אויך געזונגען לידער אויף טערקיש, גריכיש און אַראַביש. געוויסע לידער פֿון די פֿאַרשיידענע ספֿרדישע קהילות האָבן די זעלבע ווערטער, אָבער גאַנץ אַנדערע מעלאָדיעס, ווײַל ווען אַ ליד „וואַנדערט‟, בײַט זיך עס אָפֿט, און עטלעכע וואַריאַנטן ווערן געשאַפֿן.

ס׳רובֿ ספֿרדישע פֿאָלקסלידער האָבן געשאַפֿן און געזונגען די פֿרויען. ווי בײַ די ייִדישע פֿאָלקס־זינגערס אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן זיי בדרך־כּלל געזונגען אַליין, אָן שום באַגלייטונג, אָן האַרמאָניע, אין דער היים. בײַ אַ חתונה האָט מען יאָ געקענט הערן אַ טאַמבורין אָדער פּײַקל.

די ספֿרדישע באַלאַדעס, „ראָמאַנסאַס‟, זענען ספּעציעל באַליבט געוואָרן צווישן דעם ברייטערן עולם. צום טייל, איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל זיי שטאַמען פֿון יאָרהונדערטער צוריק, און אַזוינע08 אַלטע לידער אויף ייִדיש זענען כּמעט ווי נישט בנימצא. פֿאַר די פֿאָרשער פֿון דער אַלטער שפּאַנישער (נישט־ייִדישער) פֿאָלקס־פּאָעזיע שטעלן די ספֿרדישע באַלאַדעס מיט זיך פֿאָר אַן אוצר. די ספֿרדים האָבן אויפֿגעהאַלטן מאַטעריאַלן, וואָס די הײַנטיקע שפּאַנישע באַפֿעלקערונג האָט שוין לאַנג פֿאַרגעסן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/191403/old-sephardi-songs-with-new-clothes/?p=all#ixzz3o1IyaHw3

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: