Vilna – Celestial y Mundana

Por:
- - Visto 574 veces

די שטאָט װילנע, ירושלים ד׳ליטא, די הױפּטשטאָט פֿון ייִדישלאַנד, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעלן אָרט אינעם ייִדישן קאָלעקטיװן באַװוּסטזײַן. אַ גאַנצע רײ אָביעקטיװע און סוביעקטיװע טעמים װערן אויסגעפֿאָרשט אינעם בוך „װילנע: די װילנער ייִדן נאָכן חורבן — אַ טראַנס־נאַציאָנאַלע געשיכטע פֿון באַציִונגען‟ פֿון דער דײַטשישער היסטאָריקערין אַנאַ ליפּהאַרדט. זי באַהאַנדלט פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי די װילנער ייִדן, װאָס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער דער װעלט, היטן אָפּ דעם אָנדענק פֿון זייער שטאָט, אַז קיין ייִדישע ווילנע איז שוין מער נישטאָ.

„װער װעט בלײַבן? װאָס װעט בלײַבן?‟ — די דאָזיקע פֿראַגע, װאָס אַבֿרהם סוצקעװער שטעלט אין זײַן באַרימטן ליד, איז די צענטראַלע קשיא פֿון אַלע היסטאָריקער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום, און װילנע איז אַ מוסטער–דוגמה פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעמאַטיק. ליפּהאַרדטס בוך באַשטײט פֿון פֿינעף טײלן, װאָס פֿאַרגלײַכן די װירקלעכקײט מיט דעם אימאַזש פֿון װילנע. צוערשט מאַכט זי אַ סך־הכּל פֿון דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און איר צעשטערונג. אינעם צװײטן טײל דערצײלט זי װעגן דעם „גלות־װילנע‟, װאָס האָט זיך געשאַפֿן אין ישׂראל און אַמעריקע, װי אױך װעגן דער ייִדישער קהילה אין ווילנע גופֿא נאָך דער מלחמה. און די לעצטע טײלן זײַנען געװידמעט דער טעמע, װי אַזױ מען היט אָפּ דעם אָנדענק פֿון דער אַמאָליקער װילנע.


דאָס איז ניט געװען קײן לײַכטע אױפֿגאַבע. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט די מלוכישע פּאָליטיק ניט געלאָזט אַרויסהייבן דעם ייִדישן חורבן פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון די יסורים פֿונעם סאָװעטישן פֿאָלק בעת דער מלחמה. מען האָט אָנערקענט, אַז ייִדן האָבן געליטן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, אָבער פּונקט אַזױ האָבן געליטן אַלע „סאָװעטישע‟ פֿעלקער. אין ישׂראל האָט מען באַטאָנט די ייִדישע גבֿורה אָבער געהאַלטן די קרבנות פֿאַר „שװאַכע גלות־ייִדן‟. און אין אַמעריקע איז סתּם ניט געװען קײן סך אינטערעס אינעם ייִדישן חורבן אין מזרח־אײראָפּע.

אַ סך אױפֿמערק אינעם בוך איז אָפּגעגעבן צװײ אָרגאַניזאַציעס פֿון װינלער ייִדן, „נוסח װילנע‟ אין ניו־יאָרק, און „איגוד יוצאי וילנא והסבֿיבֿה‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. זײער אױפֿגאַבע איז קודם־כּל געװען צו העלפֿן די אָנגעקומענע װילנער ייִדן אײַנצואָרדנען זיך אין דער נײַער הײם, װי אױך ווי אָפּצוהיטן דעם אָנדענק נאָך זײער אַלטער הײם. בײדע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך באַנוצט מיט ייִדיש װי זײער אומגאַנג־שפּראַך, אָבער זײערע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער סבֿיבֿה זײַנען געװען פֿאַרשידענע. אין אַמעריקע האָבן זײ זיך געפֿילט איזאָלירט פֿון דער ברײטערער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, בעת אין ישׂראל האָבן זײ זיך געסטאַרעט צופּאַסן צו דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע פֿון דער מלוכה.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/183613/vilne-celestial-and-mundane/?p=all#ixzz3Ld9ZiUyx

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: