Yiddish alrededor del mundo

Por:
- - Visto 421 veces
ייִדיש־רעדנדיקער פּראַקטיקאַנט ווערט פֿאַרבעטן אין אַמהערסט

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, זוכט אַ ייִדיש־רעדנדיקן פּראַקטיקאַנט, וואָס זאָל קענען איבערזעצן אויף ענגליש די אויסצוגן פֿון די פֿילמירטע אינטערוויוען פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלקער‟, און שרײַבן פֿאַר זיי אונטערקעפּלעך. דער פּאַסיקער קאַנדידאַט דאַרף קענען גוט ייִדיש, די ייִדישע קולטור און געשיכטע און אַרבעטן אַ גאַנצן זומער. דער פּראַקטיקאַנט וועט פֿאַרדינען 10$ דאָלאַר אַ שעה. נאָך אינפֿאָרמאַציע: שרײַבט [email protected].

ייִדיש־קורס אויף דער אינטערנעץ פֿאַר האָלענדיש־רעדנדיקע

דער „ייִדישער דערציִונגס־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון קרשקש‟ אין אַמסטעלפֿין, לעבן אַמסטערדאַם, האָט לאַנצירט אַן „אָנלײַן‟־ייִדיש־קורס, וואָס לערנט ייִדיש דורך אַנימאַציע־פֿילמען. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.crescas.nl/online-cursussen/1oz/Jiddisj/.

קאָנצערט פֿונעם כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ לעבן באָסטאָן

שבת, דעם 16טן מײַ, וועט דער כאָר בײַם באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט לכּבֿוד 50 יאָר זינט די מאַרשן פֿאַר ציווילע רעכט אין סעלמאַ, אַלאַבאַמע, און 100 יאָר נאָך דער פּטירה פֿון י. ל. פּרץ. די פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער, מיטן נאָמען „ליבע, אַרבעט און פֿאַרלוסט: לידער פֿון טרוימען, אַקציע און ענדערונג‟ וועט זיך אָנהייבן 7:30 אין אָוונט אין דער „לאַורענס־שול‟ (27 פֿראַנציס־גאַס אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס). בילעטן קאָסטן 12$ דאָלאַר פֿאַר מיטלגידער פֿון דעם „אַרבעטער־רינג‟, און 17$ דאָלאַר פֿאַר די, וואָס זענען ניט קיין מיטגלידער.


נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.eventbrite.com/e/a-besere-velt-yiddish-community-chorus-of-boston-workmens-circle-presents-love-labor-loss-songs-of-tickets-5086531954

„הילצערנע מלחמות‟ — אַ נײַע ייִדישע פּיעסע אין מישיגען

יאַנאַ מאַזורקיעוויטש פּאָזירט מיט אַ הילצערנעם ייִד אין אַ פֿילם־רעקלאַמע פֿאַר איר פּיעסע „הילצערנע מלחמות‟

YOUTUBE
יאַנאַ מאַזורקיעוויטש פּאָזירט מיט אַ הילצערנעם ייִד אין אַ פֿילם־רעקלאַמע פֿאַר איר פּיעסע „הילצערנע מלחמות‟

פֿרײַטיק, דעם 22סטן מײַ, וועט אין אַן־אַרבאָר, מישיגען פֿאָרקומען די פּרעמיערע פֿון אַ נײַער שפּיל „הילצערנע מלחמות‟, וואָס עס האָט אָנגעשריבן די גראַדויִר־סטודענטקע אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט, יאַנאַ מאַזורקיעוויטש. די שפּיל, אויף ייִדיש, ענגליש און פּויליש, באַהאַנדלט די הײַנטצײַטיקע פּויליש־ייִדישע באַציִונגען אין פּוילן און די ראָלע פֿונעם היסטאָרישן זכּרון, סימבאָליזירט דורך די „הילצערנע ייִדן‟, יענע הילצערנע פֿיגורקעס פֿון ייִדן, וואָס זענען זייער פּאָפּולער אין פּוילן, צוליב דעם, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז זיי ברענגען מזל.

די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען 5 אַזייגער נאָכמיטאָג אינעם „דודערשטאַדט־צענטער‟ (2281 באָניסטיל בולוואַר) אויפֿן צפֿונדיקן קאַמפּוס פֿונעם מישיגענער אוניווערסיטעט אין אַן־אַרבער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.facebook.com/yiddishplay?ref=aymt_homepage_panel.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/187777/yiddish-around-the-world/?p=all#ixzz3a2UYKyCn

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: