Yiddish en Finlandia, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 329 veces

זונטיק, דעם 11טן דעצעמבער, וועט ד״ר סימאָ מויִר, אַ פֿאָרשער פֿון דער קולטור־געשיכטע פֿון די ייִדן אין פֿינלאַנד, געבן אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער שפּראַך אין פֿינלאַנד, בײַם „שלום־עליכם־קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס, נ״י. די לעקציע קומט פֿאָר 1:30 נאָך מיטאָג.

ד״ר מויִר איז דער מחבר פֿון אַ נײַ בוך, „נישטאָ מער קיין בריוו פֿון פּוילן‟, וואָס גיט אַ פּרטימדיק בילד פֿון דער באַזאָרגטער ייִדישער קהילה אין פֿינלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען פֿינלאַנד האָט געקעמפֿט אויפֿן צד פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד.

ד״ר מויִר האָט שוין געטאָן אַ סך פֿאָרשאַרבעט וועגן די חזנים און דער ליטורגישער טראַדיציע אין פֿינלאַנד, אויפֿן סמך פֿון אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן און עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס. לעצטנס האָט ער אויך אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם ייִדישן טעאַטער אין דער פֿינישער קרוינשטאָט העלסינקי סײַ פֿאַר סײַ נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, דורך כּתבֿ־ידן, וואָס זענען נישט לאַנג צוריק אַנטדעקט געוואָרן.


מויִר האָט אויך געשריבן וועגן די דיאַלעקטישע ענדערונגען פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם אין לאַנד, און וועגן די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די פֿינלענדער, אַנטיסעמיטיזם אין פֿינלאַנד בעת די 1930ער יאָרן, פֿינישע געשיכטע־מאַטעריאַלן וועגן דעם חורבן, די ייִדישע פֿירערשאַפֿט אין פֿינלאַנד בעת און נאָכן חורבן, ווי אויך דעם מצבֿ פֿון דער שארית־הפּליטה אין פֿינלאַנד גלײַך נאָכן חורבן.

אין פֿינלאַנד וווינען הײַנט בערך 1,500 ייִדן, סרובֿ פֿון זיי — אין העלסינקי. די ערשטע ייִדן אין לאַנד זענען געווען סוחרים פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. צווישן 1809 און 1917 האָבן זיך דאָרט באַזעצט אַ צאָל ייִדן, געוועזענע קאַנטאָניסטן, וואָס די רוסישע אַרמיי האָט זיי געהאַט קינדווײַז פֿאַרכאַפּט און געצוווּנגען צו דינען אין דער רוסישער אַרמיי אויף 25 יאָר. נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿון מיליטער האָט דער רוסישער צאַר זיי געגעבן דאָס רעכט צו בלײַבן אין פֿינלאַנד, נישט געקוקט אויף דעם וואָס פֿינלאַנד האָט דעמאָלט פֿאַרווערט ייִדן זיך דאָרט צו באַזעצן. ערשט אין 1917, ווען דאָס לאַנד האָט זיך דערקלערט פֿאַר אומאָפּהענגיק, האָבן די ייִדן געקראָגן פֿולע רעכט ווי פֿינלענדישע בירגער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200896/yiddish-in-finland-who-knew/#ixzz4RqvJJhoq

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: