אין די שולן לערנט מען זיך געוויי֜נטלעך אויס ווי אי֜בערצולייענען און פֿאַרשטיי֜ן פּאָע֜זיע. דאָס אָ֜נשרײַבן אַ ליד איז, פֿאַרשטיי֜ט זיך, אַ סך שווע֜רער, באַפֿרי֜דיקט עס אָ֜בער שטאַרק דעם שרײַ֜בער פֿו֜נעם ליד. אַז מע ווייסט ווי אָ֜נצוהייבן קען יע֜דער איי֜נער אַליי֜ן נע֜מען שרײַבן לי֜דער.