24 de Junio de 1889 nace David Hofshtein, famoso canta-autor Yiddish, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 720 veces

דער ליטווישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וועט דערמעגלעכן ליטווישע ייִדן אין אויסלאַנד און זייערע אָפּשטאַמלער צו קריגן בירגערשאַפֿט.

לויט דער לעגיסלאַציע, וואָס איז דאָנערשטיק אָנגענומען געוואָרן אינעם „סיימאַס‟ (פּאַרלאַמענט) אין ווילנע, קאָנען די ליטוואַקעס, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן יאָר 1990, און זייערע יורשים, ווערן ליטווישע בירגער, אָן צו דאַרפֿן מוותּר זײַן אויף זייער איצטיקער נאַציאָנאַליטעט.

די לעגיסלאַציע איז אָנגענומען געוואָרן, 141 קעגן 96, גיט איבער די „באַלטישע נײַעס־דינסט‟. די ליטווישע פּרעזידענטין דאַליאַ גריבאָסקײַטע מוז גוטהייסן דעם געזעץ־פּראָיעקט, איידער ער ווערט גילטיק.


ביז איצט האָבן די ייִדן, וואָס זייערע אָבֿות האָבן פֿאַרלאָזט ליטע בעת איר קורצער תּקופֿה פֿון אומאָפּהענגיקייט — צווישן 1919 און 1940 — נישט געקאָנט קריגן ליטווישע בירגערשאַפֿט. די געריכטן האָבן געהאַט געפּסקנט, אַז די וואָס זענען אַוועק בעת יענער עפּאָכע קאָנען נישט פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר פּאָליטישע פּליטים און קאָנען דערפֿאַר נישט אײַנגעבירגערט ווערן; בלויז די דיסידענטן וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם קאָמוניסטישן רעזשים זענען באַרעכטיקט צו קריגן בירגערשאַפֿט, האָבן די ריכטער גענטענהט.

די קריטיקער פֿון דער פּאָליטיק האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז צוליב דעם וואָס 95% פֿון די ליטווישע ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם חורבן, דאַרף מען באַצייכענען יענע ייִדן וואָס זענען אַנטלאָפֿן במשך פֿון די 20 יאָר פֿאַרן גענאָציד ווי פּאָליטישע פּליטים ווײַל זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון אַ געפֿערלעכער סיטואַציע.

אין אַ מיינונג־אַרטיקל, וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין News24, האָט דניאל לוטרין, אַ דרום־אַפֿריקאַנער ייִדישער חשבון־פֿירער, וועלכער וווינט אין לאָנדאָן, געשריבן וועגן דער ביז־איצטיקער פּאָליטיק: „הייסט עס, אַז מע דאַרף באַשטראָפֿן די הײַנטיקע ליטוואַקעס ווײַל זייערע אָבֿות האָבן נישט מיטן פֿרײַען ווילן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם נאַצישן גיהנום…‟

צענדליקער טויזנטער ליטווישע ייִדן האָבן זיך פֿאַר און בעת די מלחמה־יאָרן באַזעצט אין דרום־אַפֿריקע. זייערע אָפּשטאַמלער וועלן איצט קאָנען געניסן פֿון אַ ליטווישן פּאַספּאָרט ווײַל ליטע איז אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד; וואָלטן די נײַע ליטווישע בירגער געקאָנט געפֿינען אַרבעט אָדער וווינען וווּ זיי ווילן אינעם אייראָפּעיִשן בלאָק.

צווישן די 168,000 ייִדן, וואָס זענען געבליבן אין ליטע ווען די דײַטשן האָבן אַרײַנמאַרשירט, זענען 141,000 דערמאָרדעט געוואָרן. אַ סך פֿון די וואָס האָבן פֿאַרלאָזט ליטע האָבן עס געטאָן אויס מורא וועגן דעם אויפֿשטײַג פֿון פֿאַשיזם אין דײַטשלאַנד און אירע מיזרחדיקע אַליִיִרטע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197664/good-news-for-descendants-of-litvaks/#ixzz4Cp64tQUU

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: