Yiddish idol en México busca cantantes, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 533 veces

ווילט איר אויפֿטרעטן מיט אַ ייִדיש ליד אין מעקסיקע און אַז מע זאָל אײַך באַצאָלן דערפֿאַר? שוין צום צווייטן מאָל זוכן דיאָרגאַניזירער פֿונעם „ייִדישן אײַדאָל‟ אין דער מעקסיקאַנערהויפּטשטאָט פֿיר אָדער פֿינף אויסלענדישע זינגער פֿון אָריגינעלע לידער אויף ייִדיש, וועמען זיי קענען ברענגען קיין מעקסיקע, כּדי זייזאָלן אויפֿטרעטן ווי אַ טייל פֿונעם געזאַנג־פֿאַרמעסט „דער ייִדישער אײַדאָל‟. די אינטערנאַציאָנאַלע געסט, ווי אויך די באַטייליקטעאין מעקסיקע גופֿא, וועלן קאָנקורירן פֿאַרן ערשטן פּריז פֿון 18,000$ פּעזעס (אַרום 1,000$ אַמעריקאַנער דאָלאַר) אָדער אַ פּריז פֿון9,000$ פּעזעס (אַרום 500$$ אַמעריקאַנער דאָלאַר).

מע זוכט לידער אין צוויי קאַטעגאָריעס: אָריגענעלע לידער אויף ייִדיש געשריבן פֿון די זינגער אַליין (מיט אָריגינעלע אָדערשוין־געשריבענער מוזיק) אָדער דער בעסטער אויפֿטריט פֿון אַ שוין־עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער אַ ליד, וואָס מע האָטאיבערגעזעצט אויף ייִדיש.

פֿאַר דער ערשטער קאַטעגאָריע מוזן די ווערטער צום ליד זײַן אָריגינעלע און ביז־אַהער קיינמאָל ניט פֿריִער פּובליקירט געוואָרן. מע נעמט אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָן מוזיקאַלישער באַגלייטונג. דאָס ליד מוז דויערן כאָטש 2 און אַ האַלבמינוט.


פֿאַר דער צווייטער קאַטעגאָריע קען מען אויפֿטרעטן מיט אַ שוין־עקזיסטירנדיק ייִדיש ליד, אָדער איבערזעצן אַ ליד אויף ייִדישפֿון אַ פֿרעמדער שפּראַך. אַזוי ווי בײַ דער ערשטער קאַטעגאָריע נעמט מען אָן לידער פֿון אַלע מינים זשאַנערס, מיט אָדער אָןמוזיקאַלישער באַגלייטונג און דאָס ליד מוז דויערן כאָטש 2 און אַ האַלב מינוט לאַנג. דער פּריז פֿאַר די אָריגינעלע לידער איז 1,000$ אַמעריקאַנער דאָלאַר און פֿאַר די שוין־עקזיסטירנדיקע — 500$.

כּדי אָנצוגעבן אויפֿן פֿאַרמעסט מוז דער זינגער אָדער זינגערין אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ, אין וועלכן ער אָדער זי טרעט אויף מיטן ליד, בײַנאַנד מיטן טעקסט פֿונעם ליד. מע דאַרף אויך אַרײַנשיקן אַ פֿאַרבינדונג צום ווידעאָ (אויף „יו־טוב‟, אָדער דורך „דראָפּבאָקס‟) אוןדעם טעקסט פֿונעם ליד צום אַדרעס [email protected] ביזן 23סטן אַפּריל.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט סילוויע ביאַליק, די דירעקטאָרשע פֿונעם פֿאַרמעסט דורכן שרײַבן [email protected].

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/203547/yiddish-idol-in-mexico-seeks-singers-from-abroad/#ixzz4eY4xRVfF

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: