Yiddish King Lear, en inglés, en Nueva York

Por:
- - Visto 297 veces

אין 1892 איז יעקבֿ גאָרדינס פּיעסע, דער „ייִדישער קעניג ליר‟, געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע שלאַגערס אין דער געשיכטע פֿונעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער. איצט, מיט 122 יאָר שפּעטער, וועט דער ניו־יאָרקער עולם קענען געניסן פֿון אַן ענגלישער אַדאַפּטאַציע פֿון דער קלאַסישער פּיעסע, וואָס שילדערט די שפּאַלטונגען צווישן אַ ייִדישן סוחר און זײַנע טעכטער.

די נײַע אויפֿפֿירונג, וואָס מע וועט פֿאָרשטעלן דינסטיק, דעם 30סטן יאַנואַר און דאָנערשטיק, דעם 1טן פֿעברואַר, איז אַדאַפּטירט געוואָרן דורכן פֿראַנצייזישן אָפּערע־זינגער דוד סערעראָ, וואָס וועט אויך שפּילן די הויפּטראָלע פֿונעם סוחר, דוד משהלע. צוזאַמען מיט אים וועלן אויך אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן אַריאל בעט־קלײן אין דער ראָלע פֿון טײַבעלע, אַלעקסאַנדער שילטאָן (יפֿה), ראָס קוגמאַן (טרייטל) און שׂרה פֿײַנמאַרק — גיטעלע. אויפֿן קלאַוויר וועט שפּילן שאַון שאַנג.


אַרײַנגעוועבט אין דער פּיעסע גופֿא וועט מען פֿאָרשטעלן אַ ריי לידער פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, דערבײַ פֿאַרוואַנדלענדיק דער „ייִדישער קעניג ליר‟ אין אַ מיוזיקל.

דער „ייִדישער קעניג ליר‟ ווערט פֿאָרגעשטעלט דורך דער „אָרענזאַנץ־פֿונדאַציע‟, בשותּפֿות מיטן „ייִוואָ.‟ דער ספּעקטאַקל וועט פֿאָרקומען אַכט אַ זייגער אין אָוונט אינעם זאַל פֿון דער „אָרענזאַנץ־פֿונדאַציע‟ אויפֿן „איסט־סײַד‟ (172 נאָרפֿאָלק־גאַס).

נאָך דער פֿאָרשטעלונג וועט די היסטאָריקערין בעט קאַפּלאַן, דאָס אור־אייניקל פֿון יעקבֿ גאָרדין, רעדן וועגן דעם דראַמאַטורגס לעבן און שאַפֿן. (לטובֿת ערלעכקייט גיבן מיר צו אַז אונדזער רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער וועט אויך אָנטייל נעמען אין דער פּראָגראַם).

נאָך אינפֿאָרמאַציע און צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://yiddishkinglear.brownpapertickets.com/.

Acerca de Central de Noticias Diario Judío México

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: