Concierto de música folklorica creada por mujeres en Yiddish

Por:
- - Visto 336 veces

די אָנגעזעענע פֿראַנצייזישע פֿידל־שפּילערין און זינגערין עלעאָנאָר ביעזונסקי וועט זונטיק, דעם 27סטן אויגוסט, אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט ייִדישע לידער, וואָס זענען במשך פֿון דער געשיכטע געשאַפֿן און געזונגען געוואָרן פֿון פֿרויען.

דער קאָנצערט, וואָס הייסט „ירושה‟, וועט פֿאָרקומען פֿון 7 ביז 9 אַ זייגער אין אָוונט אויף 376 נײַנטער גאַס אין ברוקלין. לאָרען בראָדי וועט מיטזינגען און שפּילן דעם אַקאָרדיאָן און יאָאַנאַ סטערנבערג וועט זינגען און באַגלייטן אויפֿן קאָנטראַבאַס.

די לידער האָט ביעזונסקי זיך אויסגעלערנט מיט יאָרן צוריק פֿון דער גרויסער פֿאָרשערין, זאַמלערין און זינגערין פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, ד״ר רות רובין ז״ל.


עליאָנאָר ביעזונסקי איז אַ קלאַסיש טרענירטע פֿידלשפּילערין וואָס איז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחה אין פֿראַנקרײַך. זי איז שוין אויפֿגעטראָטן אין אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט איר קאַפּעליע, the Klezmographers אין איינעם מיט פּיט רושעפֿסקי אויפֿן צימבל, און אויך מיט the Shtetl Stompers צוזאַמען מיט אילן מאָס אויפֿן אַקאָרדיאָן און דזשאָאַנאַ סטערנבערג אויפֿן קאָנטראַבאַס אין ניו־יאָרק.

אין 2016 האָט עלעאָנאָר אַרויסגעלאָזט אַן אַלבום מיט איר קאַפּעליע „ירושה‟ דורכן „אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿון ייִדישער מוזיק‟. איר קאַפּעליע, „שפּילקעס‟, וואָס געפֿיט זיך אין פּאַריז, האָט אַרויסגעגעבן דעם אַלבום „זאָל זײַן‟ אין 2014.

זי דינט אויך ווי אַ קלאַנג־אַרכיוויסטקע אין ייִוואָ.

עליאָנאָר איז טרענירט געוואָרן אין קלעזמער־פֿידל שפּילן דורך אַלישאַ סוויגאַלס, מײַקל אַלפּרט דבֿורה סטראַוס און אַנדערע. דעם אויטענטישן סטיל פֿון זינגען פֿאָלקסלידער האָט זי זיך געלערנט בײַ חיים אײַזאַקס און שורה ליפּאָווסקי אין פֿראַנקרײַך און בײַ לאָרין סקלאַמבערג, עטל ריים אין ניו־יאָרק און דזשאַש וואַלעצקי בײַם „ייִדיש זומער אין ווײַמאַר‟.

צו זען אַ מאַפּע פֿונעם לאָקאַל וווּ דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען קוועטשט דאָ: http://www.cityguideny.com/event/Barb-s-2017-08-27-2017-08-27

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/205508/concert-of-womens-yiddish-folk-songs/#ixzz4pOKKB04e

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: