Una larga historia de los juegos de computadora, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 316 veces

נישט לאַנג צוריק, האָבן זיך אין אַ צאָל באַקאַנטע נײַעסקוואַלן פֿאַרשפּרייט אינטערעסאַנטע היסטאָרישע אַרטיקלען וועגן דער ערשטער ווידעאָ־שפּיל אין דער וועלט, צוגעטראַכט דורכן אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער טאָמאַס גאָלדסמיט בשותּפֿות מיט עסטל ריי מאַן. אַ לאַנגער אַרטיקל לכּבֿוד דעם 70־יאָריקן יוביליי פֿון ווידעאָ־שפּילערײַען איז דערשינען סוף יאַנואַר אין דער פֿראַנצויזישער טאָג־צײַטונג Le Monde („די וועלט‟).

ווען איך האָב עס איבערדערציילט עטלעכע מײַנע חבֿרים, האָבן זיי זיך שטאַרק געחידושט; זיי האָבן געמיינט, אַז ביז די 1980ער יאָרן האָבן בלויז געציילטע מענטשן געהאַט אַ צוטריט צו די ריזיקע קאָמפּיוטערס פֿון יענער תּקופֿה, שוין אָפּגערעדט פֿון אויסנוצן אַזעלכע טײַערע מאַשינען פֿאַר פֿאַרווײַלונג־צוועקן.

גאָלדסמיט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿיזיק, איז געווען אַ גרויסער פֿאָרשער פֿון פֿריִיִקע טעלעוויזיע־טעכנאָלאָגיעס. ווייניק ווייסט מען וועגן זײַן שותּף. ס׳איז אָבער וויכטיק צו באַמערקן אַז זייער מכשיר האָט ווייניק צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ. אַ סך שפּיטעלער זענען אויסגעשטאַט מיט די קלאַסישע אָסצילאָגראַפֿן (oscilloscopes), וואָס ווײַזן דעם ריטעם פֿונעם מענטשלעכן האַרץ־פּולס מיט אַ גרין פּינטל, וואָס לויפֿט איבער אַן עקראַן. ס׳איז מעגלעך צו שאַפֿן אַ מכשיר, וואָס קאָן צייכענען פֿאַרשיידענע פֿיגורן אויף אַן אָסצילאָגראַף מיט אַזאַ פּינטל.


גאָלדסמיט און מאַן האָבן צוגעטראַכט אַן עלעקטראָנישע סכעמע, וואָס „שיסט‟ דאָס פּינטל איבערן עקראַן ווי אַן אַרטילעריע־וואָפֿן. דער שפּילער קאָן זיך אָנצילן און „אַראָפּשיסן‟ אַן עראָפּלאַן, רעפּרעזענטירט דורך אַ שטיקל פּלאַסטיק צוגעגלעפּט צום עקראַן. צו קאָמפּיוטער־חשבונות האָט אַזאַ קונץ נישט קיין שײַכות. דערצו, הגם די דערפֿינדער האָבן באַקומען אַ פּאַטענט, האָבן זיי קיינמאָל נישט געשאַפֿן דעם מכשיר.

פֿון דעסטוועגן, איז טאַקע אמת, אַז די ערשטע קאָמפּיוטער־שפּילן — לאַוו־דווקא אינטעראַקטיווע און גראַפֿישע — האָבן זיך באַוויזן אין גיכן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער דערפֿינדער און אינזשעניר ראַלף (רודאָלף) באַער, אַ דײַטשישער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, ווערט אָפֿט באַטראַכט אין פּאָפּולערע היסטאָרישע אַרטיקלען ווי דער „פֿאָטער‟ פֿון שפּילערײַ־פּראָגראַמען. אינעם יאָר 1951 האָט ער שוין צוגעטראַכט די עיקר־אידעען פֿון די הײַנטיקע אינטעראַקטיווע ווידעאָ־שפּילערײַען.

די ערשטע פּראַקטישע קאָמפּיוטער־שפּיל אינעם הײַנטיקן זין פֿון וואָרט, מיטן נאָמען Bertie the Brain, האָט דער עסטרײַכיש־געבוירענער אינזשעניר ד״ר יוסף כּ״ץ (קייטס), אויך אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, אויפֿגעשטעלט נאָך אַ ביסל פֿריִער פֿאַר דער קאַנאַדער נאַציאָנאַלער אויסשטעלונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1950 אין טאָראָנטאָ. די גרויסע מאַשין, אַרום 13 פֿוס די הייך, האָט גרינג געוווּנען אינעם פֿאַרמעסט מיט די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג, שפּילנדיק די קלאַסישע „קרייצן און נולן‟ (tic-tac-toe).

יוסף כּ״ף און זײַן ערשטע קאָמפּיוטער־שפּיל

יוסף כּ״ף און זײַן ערשטע קאָמפּיוטער־שפּיל

כּ״צס מאַשין איז נישט געווען אויסגעשטאַט מיט אַן עכטן קאָמפּיוטער־עקראַן. די פֿיגורן פֿון דער שפּיל האָט מען געוויזן אויף אַ גרויסן פּאַנעל מיט לעמפּלעך. דער אײַנפֿאַל צו קאָמבינירן די טעלעוויזיע־ און קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָט זיך ערשט אַנטוויקלט מיט עטלעכע יאָר נאָך זײַן „בערטי‟.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202435/long-history-of-computer-games/?p=all#ixzz4YhYTL76t

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: