El líder ucraniano Igor Kolomoisky, de origen judío, es acusado de traidor por los rusos

Por:
- - Visto 462 veces

איך האָב שוין געשריבן, אַז אָנהייב יוני האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין מאָסקווע. געוווינט האָב איך אין דעם האָטעל „בודאַפּעשט‟, וואָס אויף זײַן פֿאַסאַד הענגט אַ מאַרמערנער טאָוול, וואָס דערציילט וועגן צוויי אַרויסטרעטונגען פֿון לענינען אין דעם דאָזיקן בנין — אין די יאָרן 1918 און 1919. אַזוי אַז עס איז אַן אָרט מיט אַ ייִחוס. איך קען ניט זאָגן, אַז דער האָטעל געהערט צו די גרויסאַרטיקע אַכסניות, אָבער יעדן טאָג האָט מען דאָרטן געקענט נעמען עטלעכע פֿרישע מאָסקווער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט די „איזוועסטיאַ‟, וואָס האָט אויך אַ ייִחוס — דער צענטראַלער אָרגאַן פֿונעם סאָוועטישן כּמו-פּאַרלאַמענט. איצט איז עס, ווי איך פֿאַרשטיי, אַ פּריוואַטע צײַטונג, אָבער זי בלײַבט געטרײַ דעם קורס פֿון דער רוסלענדישער רעגירונג.

מע קען ניט זאָגן, אַז דער פּראָצעס פֿון לייענען (דער עיקר, דורכקוקן) די „איזוועסטיאַ‟ האָט מיך געמאַכט קליגער. אָבער איין זאַך האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין אויגן, דהײַנו: די אַרטיקלען, וואָס האָבן געמאַכט מיט דער בלאָטע צו־גלײַך דעם אוקראַיִנער ביליאָנער איגאָר קאָלאָמויסקי. דערצו האָבן זיי געטראָגן בולטע סימנים פֿון אַ קוים-באַהאַלטענעם אַנטיסעמיטיזם. און דאָ דאַרף איך קורץ פֿאָרשטעלן דעם „בעל-חייבֿ‟, וועלכן מע האָט אין יאָר 2013 אַוועקגעשטעלט אויפֿן צווייטן אָרט צווישן די רײַכסטע אוקראַיִנער. מע האָט אָפּגעשאַצט, אַז זײַן ריזיקע „באַלעבאַטישקייט‟ האָט דעמאָלט געקאָסט בערך 3.7 ביליאָן דאָלאַר.

איגאָר קאָלאָמויסקי איז געבוירן געוואָרן אין 1963 אין דער שטאָט דנעפּראָפּעטראָווסק אין אַ געוויינלעכער סאָוועטישער ייִדישער משפּחה פֿון אינזשענירן. ווי עס האָט זיך געפֿירט בײַ אַ סך יונגע ייִדן פֿון זײַן לאַנד און תּקופֿה, האָט ער זיך אויך אויסגעלערנט אויף אינזשעניר. אין די יאָרן פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס „פּערעסטרויקע‟, וואָס האָט געשאַפֿן מעגלעכקייטן פֿאַר אַנטוויקלען פּריוואַטע געשעפֿטן, האָט קאָלאָמויסקי זיך באַשעפֿטיקט מיט כּלערליי זאַכן. דער סוף איז געווען, אַז ער האָט געשאַפֿן אַ נעץ אונטערנעמונגען אין פֿאַרשיידענע ספֿערן פֿון עקאָנאָמיע.


קאָלאָמויסקי איז זייער אַקטיוו אין ייִדישע כּלל-ענינים. ער האָט געגעבן אַ היפּש ביסל געלט אויף ייִדישע פּראָיעקטן אין אוקראַיִנע און ישׂראל. אין 2010 איז ער געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון דעם אייראָפּעיִשן ראָט פֿון ייִדישע קהילות. פֿריִער, אין 2008, האָט ער באַקומען דעם טיטל פֿון דעם פּרעזידענט פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאַראיין פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס הייסט „די פֿאַראייניקטע ייִדישע קהילה פֿון אוקראַיִנע‟.

צווישן די אוקראַיִנישע אָליגאַרכן איז ער דער איינציקער, וואָס האָט זיך גלײַך און פֿעסט געשטעלט אויף דער זײַט פֿון די כּוחות, וועלכע האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן דעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש און געפֿירט, און פֿירן נאָך אַלץ, דעם קאַמף קעגן די פּראָ-מאָסקווער סעפּאַראַטיסטן. אין מאַרץ 2014 האָט ער באַקומען די שטעלע פֿונעם גובערנאַטאָר פֿון דער דנעפּראָפּעטראָווסקער געגנט, וועלכע איז איינע פֿון די וויכטיקסטע אינדוסטריעלע געגנטן אין אוקראַיִנע. מע האַלט, אַז ער האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָליע אין דעם, וואָס די גאַנצע איצטיקע איבערקערעניש האָט זיך ניט פֿאַרשפּרייט מחוץ די דאָנעצקער און לוגאַנסקער געגנטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/179724/kremlin-finds-a-new-scarecrow/?p=all#ixzz36uhxD5T4

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «El líder ucraniano Igor Kolomoisky, de origen judío, es acusado de traidor por los rusos»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: