דרײַ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט דעם לעצטן זומער אין דער עזה־מלחמה, האָבן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש זיך גענומען דאָס לעבן. אַחוץ דעם, האָט אַ רעזערוויסט, וועלכן מע האָט אַרויסגערופֿן אין דער אַרמיי בעת דער מלחמה, האָט געטאָן דאָס זעלבע מיט אַרום צוויי חדשים צוריק.
מאָנטיק, דעם 29סטן סעפּטעמבער, האָט די נײַעס־וועבזײַט NRG איבערגעגעבן, אַז אַלע דרײַ אומגעקומענע האָבן געדינט אין דער בריגאַדע „גבֿעתי‟. יעדעס מאָל, ווען אַ סאָלדאַט שטאַרבט נישט אויפֿן שלאַכט־פֿעלד, נאָר צוליב וועלכער־ניט־איז אַנדער סיבה, הייבט די מיליטערישע פּאָליציי אָן אַן אויספֿאָרשונג. אויב מע באַשטעטיקט, אַז דער אומגעקומענער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, דערקלערן די צה״ל־אינסטאַנצן, אין זייערע אָפֿיציעלער טערמינאָלאָגיע, אַז דאָס איז געווען אַ „וואַרשײַנלעכער זעלבסטמאָרד‟.
אין אַלע דרײַ פֿאַלן האָט מען געפֿונען די סאָלדאַטן מיט זייער געווער; לויט אַלע סימנים, האָבן זיי זיך דערשאָסן. איינער פֿון די אומגעקומענע איז געווען דוד גאָרדאָן — אַן עלנטער אַמעריקאַנער, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל אַליין, אָן זײַן משפּחה. נאָך צוויי טעג זוכענישן, האָט די פּאָליציי געפֿונען דעם פֿאַרשוווּנדענעם; זײַן ביקס איז געלעגן בײַ זײַן טויטן גוף.
מיט אַ חודש צוריק, האָט די צײַטונג „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז איבער 100 סאָלדאַטן האָבן זיך געווענדט נאָך דער מלחמה צו מילטערישע פּסיכיאַטערס, וועלכע האָבן אויך דורכגעפֿירט אַ שמועס מיט גאַנצע אַרמיי־טיילן — בפֿרט מיט די סאָלדאַטן פֿון דער בריגאַדע „גבֿעתי‟, וועלכע האָבן געפֿירט אַ שווערע שלאַכט אינעם עזה־ראַיאָן שודזשאַיִע.
במשך פֿונעם יאָר 2013, האָבן זיבן ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט זיך גענומען דאָס לעבן, אַרײַנגערעכנט אַ מאַיאָר. די צה״ל־אינסטאַנצן האָבן דעמאָלט באַטאָנט, אַז זיי האָבן נישט באַמערקט קיין פֿאַרבינדונגען צווישן זייער אַרמיי־דינסט און די זעלבסט־מאָרדן. פֿונדעסטוועגן, ווי די מיליטערישע קוואַלן האָבן צוגעגעבן, איז די סטאַטיסטיק פֿון אַזעלכע אומגליקן דווקא געפֿאַלן הײַיאָר ביז אַ רעקאָרד־נידעריקער ציפֿער, ווײַל מע האָט אײַנגעפֿירט שטרענגערע רעגולאַציעס, וואָס שייך דעם צוטריט צום געווער, ווי אויך אַ ריי אַנדערע ספּעציעלע מאָסמיטלען, כּדי אָפּצושטעלן אַזעלכע פֿאַלן.
Read more: http://yiddish.forward.com/articles/181953/-soldiers-commit-suicide-after-gaza-war/#ixzz3F1cSE9Yz
No entiendo el contenido del texto.
Porque?
No ! No entiendo como?
No tenían torah
ninguna guerra es agradable……..
Pero suicidarse ? Abría que hacer exámenes psicológicos antes no todos sirven para esto:(
aun con examenes, la mente y el destino y el mandato de dios ,es otra cosa…….hasta en paises felices existe el suicidio…..
Pues si
Sería imposible que fuesen judíos, un judío sabe que está prohibido quitarse la vida.
No es imposible que sean judíos, siendo judíos religiosos o no, si recibieron educación judía sabían perfectamente que el suicidio está prohibido, pero aún así pudieron suicidarse, antes que judíos son seres humanos. ¿Acaso no sabías que en los cementerios judíos existe un área para sepultar a aquellas judíos que cometen suicidio?, siendo judíos cometieron suicidio y por eso son sepultados en esa área específica del cementerio, esta práctica ya no se lleva a cabo en México, parece que en ninguna comunidad con el objeto de no aumentar el dolor de la familia.
Tambien sabían que esta prohibido matar niños?