De nuevo 1929

Por:
- - Visto 293 veces

עס איז טאַקע אַ שאָד, וואָס נתניהו האָט זיך אַרויסגעכאַפּט מיט אַן אומפּינקטלעכקייט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם גרויסן מופֿטי פֿון ירושלים; נישט ווײַל ער האָט אויסגעזען נאַריש און עקסטרעם, נאָר ווײַל דער מופֿטי איז טאַקע שולדיק אין דער הײַנטיקער מהומה, וואָס איז אויסגעבראָכן מיט אַ חודש צוריק אין ישׂראל.

כּדי צו פֿאַרשטיין דעם הײַנטיקן אויסברוך פֿון געוואַלד, מוז מען קוקן צוריק — נישט אויף דער צווייטער וועלט־מלחמה, נאָר אויף די יאָרן, וואָס זענען געקומען גלײַך נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז זייער געשטיגן אין יענע יאָרן; אַרום 120,000 ייִדן האָבן עולה געווען אין דער דריטער און פֿערטער כוואַליע פֿון עליה, האָפֿנדיק, אַז דער ייִדישער חלום פֿון אומאָפּהענגיקייט וועט אָט־אָט מקוים ווערן. דער יסוד פֿון זייער האָפֿענונג איז געווען די באַלפֿור־דעקלאַראַציע.

אויך פֿאַר די אַראַבער האָבן די 1920ער יאָרן געבראַכט מיט זיך נײַע צײַטן: ארץ-ישׂראל איז דעמאָלט געווען אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל און דאָך, זענען די היגע אַראַבער באַאײַנפֿלוסט געוואָרן דורך די אַראַבישע נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן געשטיצט די רעוואָלוציע קעגן די טערקן. אמת, די רעוואָלוציע האָט זיי געבראַכט, דער עיקר, מאַנדאַטן, און נישט אמתע פֿרײַהייט, האָבן זיי זיך כאָטש געפּטרט פֿון דער טערקישער אָפּגעשטאַנענקייט און פֿאַרנאַכלעסיקייט.


האָבנדיק אין זינען די אַראַבישע באַוועגונגען פֿון זעלבסטשטענדיקייט, האָט דער מופֿטי געפֿונען אַ גרויסע געלעגנהייט צו פֿאַרגרעסערן זײַן פּרעסטיזש. דהײַנו: ער וועט מאַכן פֿון דער „אַל-אַקצאַ‟־מעטשעט אַ סימבאָל פֿון אַראַבישער אייניקייט, און כּדי דאָס צו טאָן, וועט ער וואָרענען די אַראַבער אין אַלע לענדער וועגן דעם דראָונג פֿון די ציוניסטן, וועלכע האַלטן בײַם באַזעצן דאָס הייליקע אָרט. אַזוי וואָלט ער געקענט קריגן ריזיקע נדבֿות צו רעמאָנטירן זײַן קליינטשיקן רעליגיעזן קעניגרײַך.

דער מופֿטי האָט מצליח געווען אָן אַ שיעור. די צרות האָבן זיך אָנגעהויבן יום־כּיפּור, יאָר 1928. די ייִדן, וואָס האָבן געדאַוונט בײַם כּותל-המערבֿי, האָבן געבראַכט מיט זיך בענקלעך און אַ מחיצה פֿון צײַג. די אַראַבער האָבן זיך געבייזערט אויף דער חוצפּה פֿון די ייִדן צו בײַטן דעם „סטאַטוס־קוואָ‟ אויפֿן הר־הבית, וואָס זאָגט, אַז די ייִדן טאָרן נישט בויען סטרוקטורן לעבן דעם כּותל. דעמאָלט האָבן די ענגלענדער געשיקט 10 באַוואָפֿנטע מענער אַראָפּצונעמען די מחיצה, און זיי האָבן אַטאַקירט די ייִדן בשעת די אַראַבער האָבן געשריגן, זיי זאָלן די ייִדן הרגענען.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/192176/-all-over-again/?p=all#ixzz3qevtb2Yp

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: