Descubren túnel en Lituania utilizado por judíos refugiados, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 851 veces

אַ טונעל אין ליטע, וואָס אַ גרופּע ייִדן האָט געניצט צו אַנטלויפֿן פֿון די נאַציס, איז לעצטנס אַנטפּלעקט געוואָרן דורך אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרש־מאַנשאַפֿט לעבן ווילנע.

די ישׂראלדיקע אַנטיקן־אינסטאַנץ האָט מיטוואָך געמאָלדן, אַז זי האָט געפֿונען אַ טונעל מיט אַ לענג פֿון 100 פֿוס אין פּאָנאַר, דער וואַלד וווּ 100,000 מענטשן, 70,000 פֿון זיי — ייִדן, זענען אויסגעשאָכטן געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די אינסטאַנץ האָט עס אַנטדעקט דורך אַ נײַער אימאַזשיר־טעכנאָלאָגיע וואָס ווערט הײַנט באַניצט צו געפֿינען אונטערערדישע סטרוקטורן.

אין 1943, נאָך דעם ווי די דײַטשע כּוחות האָבן זיך צוריקגעצויגן פֿונעם מיזרח־פֿראָנט און ס׳איז אַרײַנגעקומען די רויטע אַרמיי, איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ספּעציעלע דיוויזיע וואָס האָט געדאַרפֿט באַהאַלטן די שפּורן פֿונעם גענאָציד. אין פּאָנאַר האָט מען באַפֿוילן 80 ייִדישע קאַצעטניקעס פֿונעם שטוטהאָפֿער לאַגער עס צו טאָן.


בײַ טאָג האָבן די נאַציס געהייסן די קאַצעטניקעס, מיט געקייטלטע הענט, צו באַהאַלטן די מאַסן־קבֿרים און פֿאַרברענען די מתים. בײַ נאַכט האָט מען זיי פֿאַרשפּאַרט אינעם זעלבן גרוב, וואָס מע האָט פֿריִער געניצט אויסצהרגענען די ווילנער ייִדן.

אַ טייל פֿון די אַרבעטער האָבן דעמאָלט באַשלאָסן צו אַנטלויפֿן פֿון די וועכטער דורכן אויסגראָבן בײַ נאַכט אַ טונעל פֿונעם גרוב. במשך פֿון דרײַ חדשים האָבן זיי געגראָבן, ניצנדיק בלויז לעפֿל און די הוילע הענט.

אין דער נאַכט פֿונעם 15טן אַפּריל 1944 האָבן די קאַצעטניקעס אָפּגעשניטן זייערע קייטן דורך אַ נאָגל־פֿײַל, און 40 פֿון זיי זענען דורכגעקראָכן דורכן שמאָלן טונעל. די וועכטער האָבן זיי אָבער דערזען און אַ סך זענען דערשאָסן געוואָרן. 15 פֿון זיי האָבן באַוויזן אויסצושנײַדן אַ לאָך אינעם פּלויט פֿון לאַגער און זענען אַנטלאָפֿן אין וואַלד. 11 זענען צום סוף אָנגעקומען צו די פּאַרטיזאַנער און דערבײַ איבערגעלעבט די מלחמה.

נאָך דער מלחמה האָט מען געפּרוּווט געפֿינען דעם טונעל אָבער נישט געהאַט קיין דערפֿאָלג.

די טעלעוויזיע־פּראָגראַם „נאָוואַ‟ פּלאַנירט צו ווײַזן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ווילנע און וועגן דער אַנטדעקונג פֿונעם טונעל, ווי אַ טייל פֿון אַן אָנדענק־פּראָגראַם נאָך די קרבנות פֿון ווילנע און אומגעגנט, האָט איבערגעגעבן די ישׂראלדיקע אַנטיקן־אינסטאַנץ.

„ווי אַ ישׂראלי, וואָס שטאַמט פֿון ליטע, האָב איך זיך ממש צעוויינט ווען מיר האָבן אַנטדעקט דעם אַנטרינונג־טונעל אין פּאָנאַר,‟ האָט באַמערקט דזשאָן סעליגמאַן, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אינסטאַנץ. „ס׳איז אַ רירנדיקער באַווײַז פֿון אַ פֿאַל, ווען די האָפֿענונג האָט באַזיגט דעם ייִאוש.‟

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/197774/tunnel-used-by-jewish-refugees-is-uncovered/#ixzz4DAyWHCHt

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: