Museo en Markowa recuerda a familia polaca que salvo a judíos (En Yiddish)

Por:
- - Visto 382 veces

אין מאַרץ 2016 האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער מוזיי אינעם פּוילישן שטעטל מאַרקאָווע וואָס באַצייכנט די העלדישקייט און מסירת־נפֿש פֿון אַן אָרטיקער משפּחה, די אולמאַס, וואָס האָט באַהאַלטן ייִדן, נאָר וואָס מ׳האָט זיי פֿאַרראָטן און דערהרגעט אין איינעם מיט די באַהאַלטענע ייִדן.

דער מוזיי — דער ערשטער אין פּוילן וואָס מערקט אָפּ די טעמע, פּאָלאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן — געפֿינט זיך דווקא אין אַן אידילישער לאַנדשאַפֿט לעבן לאַנציט, אין דרום־מיזרח־פּוילן, וווּ ס׳איז שווער צו באַנעמען אַז אין דעם אָרט איז פֿאָרגעקומען אַזאַ גרויליק געשעעניש.

כאָטש אינספּירירט דעם מוזיי האָט די געשיכטע פֿון די אולמאַס, נעמט ער אויך אַרום די גרעסערע געשיכטע פֿון פּאָלאַקן און ייִדן אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן (בסך־הכּל 4,300 נפֿשות, אַרײַנגערעכנט 120 ייִדן און אַ הײַפֿעלע פּראַוואָסלאַוונע), ווי אויך אַנדערע וואָס האָבן געהאָלפֿן ייִדן בשעת דעם חורבן.


די אויסשטעלונג, וואָס ווערט איבערגעגעבן אויף פּויליש, ענגליש און העברעיִש, איז סײַ אינפֿמאָרמאַטיוו סײַ רירנדיק, און הייבט אַרויס וואָגיקע פֿראַגעס. למשל, דער נאָמען פֿונעם מוזיי גופֿא: פֿאַקטיש האָבן געראַטעוועט די אָרטיקע ייִדן נישט נאָר פּאָלאַקן, נאָר אויך אוקראַיִנער און לעמקאָ, וואָס האָבן געוווינט אין ראַיאָן. כאָטש אַ קליינער אָפּטייל פֿונעם מוזיי ווערט טאַקע אָפּגעגעבן פּאָלאַקן וואָס האָבן דווקא געמסרט די ראַטירער, קען מען טענהן, אַז דער מוזיי שטעלט פֿאָר אַ נישט גענוג באַלאַנסירט בילד פֿון די אמתע געשעענישן בשעת דער מלחמה.

ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט, די הויפּט־קוראַטאָרשע פֿונעם „פּולין־מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילישע ייִדן“ אין וואַרשע, דריקט אויס אַ שטיקל זאָרג אַז נישט־געקוקט אויפֿן מסירת־נפֿש פֿון די געהויבענע נשמות וואָס האָבן זיך אײַנגעשטעלט דאָס לעבן צו ראַטעווען ייִדן, דאַרף מען אויך האַלטן אין זינען אַז סײַ דער היסטאָרישער אָפֿיציעלער צוגאַנג מצד דער פּוילישער רעגירונג, סײַ געוויסע מלוכה־באַאַמטע בײַם הײַנטיקן טאָג האָבן בפֿירוש אָפּגעלייקנט, אַז פּאָלאַקן האָבן געשעדיקט ייִדן (למשל, אין יעדוואַבנע), און אַז ווי אַ פּועל־יוצא גיט מען הײַנט אָפּ אַלץ מער אָפּשײַ פֿאַר פּאָלאַקן וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן (די אולמאַס האַלטן איצט אַליין אין אַ בעאַטיפֿיקיר־אַקציע וואָס שייך דער אייגענער משפּחה).

אַזוי ווי אַ סך מוזייי־גייערס (למשל, תּלמידים אויף שול־אַרויספֿאָרן) ווייסן ממש גאָרנישט וועגן דעם חורבן, טענהן די קריטיקער, אַז ס׳וואָלט אפֿשר געווען געוווּנטשן אַז די אויסשטעלונג זאָל אָפּשפּיגלען אַ מער היסטאָריש אַקוראַט בילד פֿון דער פֿאַקטישער טרויעריקער געשיכטע פֿון פּאָלאַקן און ייִדן בשעת דער מלחמה.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198312/museum-in-markowa-remembers-polish-family-that-sav/#ixzz4FjoJc9pY

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: