Para los árabes-cristianos de Medio Oriente, Israel es el último aliado

Por:
- - Visto 759 veces

דער קריסטלעכער קיום אין דעם מיטעלן-מזרח שטייט אונטער אַ גרויסן פֿראַגע-צייכן.  פֿריִער, האָבן די קאָלאָניאַלע רעזשימען און דערנאָך די דיקטאַטאָרן, ווי ברוטאַל  און אַכזרותדיק זיי זאָלן נישט האָבן געווען, זיך אָפֿט געזען ווי די באַשיצער פֿון  די מינדערהייטן, און נישט דערלאָזט צו עקסטרעמיסטישע מעשׂים.

פֿון דעסטוועגן, האָבן די היגע מינדערהייטן קיינמאָל נישט געלעקט קיין האָניק.  פֿון „ליבערטע, עגאַליטע, פֿראַטערניטע‟ (פֿרײַהייט, גלײַכקייט, ברודעלעכקייט) גייט  בכלל נישט קיין רייד, אָבער דאָך, איז דער קיום געווען, ווי עס נישט איז,  דערטרעגלעך. הײַנט לײַדן די קריסטן פֿון רדיפֿות איבער דעם גאַנצן ראַיאָן: אין  איראַק, סיריע און לבֿנון ווערן זיי געפּלאָגט דורך די סאַלאַפֿיסטן.

אין אַ סך פֿאַלן מוזן זיי מאַכן אַ פּײַנלעכן אויסוואַל — טויט אָדער גלות.  ס’רוב פֿון זיי קלײַבן אויס דעם גלות. די קריסטן פֿאַרלאָזן די צוזאַמענברעכנדיקע  אַראַבישע וועלט און זוכן זיך אַ בעסערע, זיכערע צוקונפֿט. אין אַלגעמיין ווײַזט  זיך אַרויס, אַז זינט דעם אויסברוך פֿון דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ קומען אין  סתּירות די באַגריפֿן פֿון „אַראַבער‟ און „קריסט‟. מיר האָבן זיך שוין צוגעוווינט  צו דער נאַציאָנאַלער, פּאַן-אַראַביסטישער לערע, וואָס האָט געטראָגן די פֿאָן  פֿון איין אַראַבישער נאַציע מיט פֿאַרשיידענע רעליגיעס; עס האָט זיך אונדז  געדאַכט, אַז דער אַראַבישער נאַציאָנאַליזם איז אַזוי נאַטירלעך, ווי ער וואָלט  באַשאַפֿן געוואָרן בײַגלײַך מיט דער וועלט, אין ששת-ימי-בראשית.


די לעצטע צײַט, ווען די מאַסקע פֿון דעם פּאַן־אַראַביזם איז אַראָפּגעריסן  געוואָרן, האָט זיך באַוויזן הינטער איר אַ זקן אַ נוטה-למות, וואָס אָט־אָט הויכט  ער אויס די נשמה. איצט, אַז די לערע, וואָס צווישן אירע פּרעדיקער זענען געווען  נישט ווייניק קריסטן, ווערט אויסגעוועפּט, זוכן די קריסטן נײַע וועגן.

אויך דאָ, אין ישׂראל, זוכן עס די קריסטן. כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס זשע קומט  הײַנט פֿאָר דאָ, איז כּדאַי צו האָבן אין זינען, אַז אין ישׂראל קומט ווידער צום  אויסדרוק די נישט־אויסגעשפּראָכענע אַליאַנץ צווישן די מיטל-מיזרחדיקע מינאָריטעטן  — ייִדן, קריסטן און דרוזן. דאָס זעלבע, אַגבֿ, קומט פֿאָר אין סיריע — די אַליאַנץ  פֿון די מינאָריטעטן; אַלאַוויטן, דרוזן, שיִיִטן און קריסטן קעמפֿן קעגן די  סוניטן.

די מלחמה אין אונדזער היציקן ראַיאָן האָט שטענדיק דאָס זעלבע פּנים: דער  באַזיגטער ווערט געקוילעט. דעריבער איז די מלחמה אין סיריע אַזוי שרעקלעך און האָט  נישט קיין סוף. דעריבער איז דער סיכסוך וואָס ווערט גערופֿן אין דער מערבֿ-וועלט  „סיכסוך צווישן ישׂראלים און די פּאַלעסטינער‟, און דאָ אין ישׂראל — „סיכסוך  צווישן ייִדן און אַראַבער‟ — אוממעגלעך צו לייזן, ווײַל עס איז נישטאָ קיין אָרט  פֿאַר גרײַזן: איין פֿאַלשער טריט, און מע וועט באַצאָלן מיטן קאָפּ.

אײַנזעענדיק, אַז פֿון איין זײַט, איז שוין נישטאָ קיין אָרט פֿאַר זיי אין דער  אַראַבישער וועלט, און אויך נישט אויף דער טעריטאָריע פֿון דער פּאַלעסטינער  אינסטאַנץ — אין עזה-פּאַס זענען נישט געבליבן מער ווי אַ פּאָר הונדערטער, און  אויפֿן מערבֿ־ברעג ווערט זייער צאָל כּסדר קלענער — און, פֿון דער צווייטער זײַט,  לעבן זיי אין ישׂראל, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן, ווי אין אַ פֿרײַער מדינה,  האָבן באַשלאָסן עטלעכע קריסטן זיך צו שטעלן צום פּריזיוו, כּדי צו דערמוטיקן  זייערע ברידער זיך אײַנשליסן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.

צה”ל, ווי באַוווּסט, איז אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט אין דער ישׂראלדיקער  געזעלשאַפֿט. ער ווערט אָפֿט באַטראַכט, ווי אַ שליסל אַרײַנצוגיין אין דער  „ישׂראלדיקייט‟. דעריבער איז עס נישט קיין חידוש, וואָס אויכעט די קריסטן, ווי די  דרוזן, מיט כּמעט זיבעציק יאָר צוריק, האָבן זיך רעקרוטירט אין די שוץ-כּוחות.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174935/arab-christians-and-israel/#ixzz2ns3cOjUs

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «Para los árabes-cristianos de Medio Oriente, Israel es el último aliado»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: