Una Lererke de 102 años de edad recuerda Kamp Kindervelt (En Yiddish)

Por:
- - Visto 607 veces

ווען איך, אַ ישׂראל־געבוירענע ייִדיש־רעדערין אין רײַנבעק, ניו־יאָרק, האָב זיך באַקענט מיט דער ייִדיש־לערערין, נעמי ליף האַלפּערן, האָט עס געמאַכט אויף מיר אַ טיפֿן אײַנדרוק: נעמי האָט לעצטנס געפּראַוועט איר 102טן געבוירן־טאָג.

נישט געקוקט אויף איר עלטער, פֿירט נעמי אָן מיט אַ ייִדיש־קלוב מיטן נאָמען “ייִדיש ווינקל” אין דער וווּדסטאָקער סינאַגאָגע, Woodstock Jewish Congregation. דאָס ייִדיש־לערנען איז בײַ נעמי דווקא אַ צווייטע קאַריערע — נאָך דעם ווי די פֿריִערדיקע באַליבטע לערערין, חנה יאַכנעס, איז ניפֿטר געוואָרן.

אָפֿט מאָל לערנט נעמי די סטודענטן ייִדישע לידער, וואָס זי געדענקט נאָך פֿון „קעמפּ קינדערוועלט‟ — דער זומער־לאַגער פֿונעם „ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער פֿאַרבאַנד‟. דאָרט האָט זי פֿאַרבראַכט אירע זומערן בעת די שפּעט־1920ער, אָנהייב־30ער יאָרן.


„קעמפּ קינדערוועלט‟, געגרינדעט אין די 1920ער, האָט געפּריידיקט סײַ ציוניזם, סײַ אַ ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אין פֿאַרגלײַך מיט די שפּעטערדיקע ציוניסטישע זומער־לאַגערן, וואָס האָבן באַטאָנט בלויז די העברעיִשע שפּראַך. „אַלע ייִדישע לידער וואָס איך קען האָב איך זיך אויסגעלערנט אין ׳קינדערוועלט׳,‟ האָט נעמי געזאָגט.

צו זען אַלטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון „קעמפּ קינדערוועלט‟: http://www.campkinderwelt.com/CAMP_KINDERWELT/UNSER_CAMP.html#grid

נעמי איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים אין 1914, ווען ס׳איז נאָך געווען אונטער דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, און מיט אַ יאָר שפּעטער האָבן אירע טאַטע־מאַמע, ביידע קינסטלער, אימיגרירט מיט איר קיין ניו־יאָרק. נעמי איז שפּעטער געוואָרן אַן אָנגעזעענע טענצערין פֿון תּנכישע סוזשעטן, און גאַסטראָלירט איבער צפֿון־אַמעריקע און אייראָפּע.

אינספּירירט פֿון נעמיס אינטערעסאַנטער לעבן־געשיכטע האָב איך באַשלאָסן צו פֿילמירן ווי זי דערציילט אַ ביסל וועגן איר לעבן.

אינעם ווײַטערדיקן ווידעאָ, דערמאָנט נעמי עטלעכע זכרונות וועגן איר באַליבטן „קעמפּ קינדערוועלט‟, און ווי שטאַרק דער זומער־לאַגער האָט געווירקט אויף איר.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/199433/-year-old-yiddish-teacher-describes-camp-kinder/#ixzz4KoSc4Ie3

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: