Noticias en Yiddish desde Buenos Aires

Por:
- - Visto 260 veces

אַ ייִדיש־קריסטלעכער צוזאַמענקום

דינסטיק, דעם 10טן יוני איז פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־קריסטלעכער צוזאַמענקום אין אַ קלויסטער פֿון צענטער שטאָט אין בוענאָס־אײַרעס. די טעמע, װאָס איז באַהאַנדלט געװאָרן, איז געװען „באַטראַכטונגען װעגן גאָטס התגלות (אַנטפּלעקונג)‟, און זי איז אָרגאַניזירט געװאָרן צו פֿײַערן אויף אַ פֿרידלעכן אופֿן דעם יום־טובֿ שבֿועות. עס האָבן זיך באַטייליקט גוסטאַװאָ באָקין, הויפּט־גלח פֿון דער באַזיליק; ראַבינער סערזשיאָ בערמאַן, פֿון דער ייִדישער קאָנגרעגאַציע, די עלטסטע סינאַגאָגע אין שטאָט און די פּאַסטעכע מאַריעל פּאָנס, פֿון דער מעטאָדיסטער קירכע. בײַ אַ פֿול געפּאַקטן זאַל האָבן די באַטייליקטע אַרומגערעדט געמיינזאַמע אַספּעקטן פֿון די צען געבאָט, מיצוות, מענטשלעכע אויפֿפֿירונגען און די בײַטראָגן פֿאַר דער מענטשהייט פֿון דער ייִדיש־קריסטלעכער עטיק. כּדאַי צו באַטאָנען, אַז אַ קאַטוילישע עקסטרעמיסטישע גרופּע האָט שאַרף רעאַגירט קעגן אַזעלכע טרעפֿונגען „װאָס פֿאַרשװעכן די הייליקייט פֿון דער קירכע‟.


אַנדי פֿאַור — אַ ישׂראלדיקער װעלטלעכער ראַבינער

אַנדי פֿאַור איז אַ ישׂראלדיקער װעלטלעכער ראַבינער, װאָס האַלט אין באַזוכן לאַטײַן־אַמעריקע. עס ציט צו די אויפֿמערקזאַמקייט, ספּעציעל אין ניט־ייִדישע קרײַזן, װי עס איז מעגלעך אַ נישט־רעליגיעזער סעקולערער ראַבינער. ער איז אַ פּראָדוקט פֿון דעם הומאַניסטישן ייִדישן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעס, װאָס דער ראַבינער שערװין װײַן האָט געשאַפֿן אין 1980. די באַװעגונג האָט אַ סך אָנהערגער אין ישׂראל, װוּ ער אַמטירט, און זײַן באַזוך צילט צו אַנטװיקלען ייִדישקייט אָן רעליגיע אינעם דרום־אַמעריקאַנער קאָנטינענט. ער איז אויפֿגעטראָטן מיט לעקציעס אין בוענאָס־אײַרעס און מאָנטעװידעאָ, אָבער דערװײַל האָט ער נישט פֿאַרכאַפּט דעם עולם מיט זײַנע אידעען.


דעקלאַראַציע פֿאַר „שלום און צוזאַמענלעבן פֿון די פֿעלקער אויף דער װעלט‟

פֿאַר דער היסטאָרישער טרעפֿונג אין װאַטיקאַן, וווּ דער פּאַלעסטינער פֿירער מאַכמוד אַבאַס, דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס און דער פּויפּסט פֿראַנסיס האָבן זיך געטראָפֿן צו בעטן אויף שלום, האָבן פֿאָרשטייער פֿון די דרײַ רעליגיעס זיך געטראָפֿן שבת דעם 7טן יוני אין דעם היסטאָרישן ראָטהויז אין בוענאָס־אײַרעס. אין 1810 איז דאָ פֿאָרגעקומען די מײַ־רעװאָלוציע און די פּראָװינצן האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון שפּאַניע, און אונטערגעשריבן אַ דעקלאַראַציע פֿאַרן „שלום און צוזאַמענלעבן פֿון די פֿעלקער אויף דער װעלט‟. פֿאַררופֿן זיך אויף דער קאָמיסיע פֿאַרן אינטעררעליגיעזן דיאַלאָג, האָבן אונטערגעשריבן דעם אָפּמאַך דער דעלעגאַט פֿון אַרציבישאָף, דער פֿאָרשטייער פֿון איסלאַמישן צענטער, דער ראַבינער דאַני גאָלדמאַן, דער פֿאָרשטייער פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער ייִדישן קאָנגרעס, און דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟.



„דאַיאַ‟ גיט איבער יערלעכן באַריכט וועגן אַנטיסעמיטיזם

פֿרײַטיק, דעם 6טן יוני האָט די „דאַיאַ‟ איבערגעגעבן עפֿנטלעך אין דער בײַשטאָט װיסענטע לאָפּעס איר יערלעכן באַריכט װעגן אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד. מיט דער אָנװעזנהײט פֿונעם בירגערמײַסטער, דעפּוטאַטן און מיטגלידער פֿון לאָקאַלן ראָט, תּלמידים פֿון דער ייִדישער שול „תּרבות‟ און פֿון דער מוניציפּאַלער שיל „פּאַולאַ אַלבאַראַסין‟, איז דער אינדערפֿרי פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ דערציִערישע מאַניפֿעסטאַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע. װיסענטע לאָפּעס איז די שטאָט, װוּ דער קולטור־סעקרעטאַר האָט געװאָלט אַרײַננעמען אין אַ ציקל לעקציעס איין רעדע וועגן היטלערס פֿרוי עװאַ בראַום, און די רעאַקציע פֿון דער „דאַיאַ‟ און אַנדערע אינסטיטוציעס האָבן געצװוּנגען אָפּצושאַפֿן אָט די אַקטיװיטעט.

די מוניציפּאַליטעט װעט בקרובֿ פֿאַרפֿלאַנצן 85 ביימער און שאַפֿן אַ פּלאַץ צו דערמאָנען די 85 קרבנות פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן בנין פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה.


אַ לעקציע וועגן אַן אור־אַלטן בוך

דינסטיק דעם 10טן האָט די פּראָפֿ’ סעלינאַ לערטאָראַ מענדאָזאַ געהאַלטן אַ לעקציע אין דער נײַער „געמיינדע־עמנואל‟ װעגן אַ בוך, װאָס איז פּובליקירט געװאָרן אין פּאָרטוגאַל אין דער צװייטער העלפֿט פֿון 14טן יאָרהונדערט, און װאָס באַשרײַבט די דיסקוסיע פֿון דער קריסטלעכער קעניגין מיט אייניקע רבנים, אַ מוסולמענער און פּאַגאַנען. די פּאַגאַנען װערן קריסטן, אָבער די ייִדן און מוסולמענער בלײַבן בײַ זייער גלויבן. דער טעקסט איז אַ באַװײַז, אַז מען דאַרף זיי רודפֿן.


אַ קאָנצערט פֿון קאַמער־מוזיק

אין זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה איז דינסטיק, דעם 10טן יוני פֿאָרגעקומען דער דריטער קאָנצערט פֿון קאַמער־מוזיק, װאָס דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט אָרגאַניזירט שוין 14 יאָר. דאָס מאָל איז אויפֿגעטראָטן דער אָרקעסטער פֿון „יונאַ‟ (קונסט־אוניװערסיטעט), בײַ דער אָנפֿירונג פֿון פּאַבלאָ װיניאַ.


ישׂראלדיקער װיסנשאַפֿטלער טרעט אויף אינעם אוניװערסיטעט „פּאַלערמאָ‟

דן אַרקאַדי, דער ישׂראלדיקער װיסנשאַפֿטלער, װאָס האָט געשאַפֿן דעם „פּען־דרײַװ‟ (פֿלעשל אויף ייִדיש) האָט באַזוכט בוענאָס־אײַרעס און געהאַלטן אַ לעקציע מיטװאָך דעם 10טן יוני אין דעם אוניװערדיטעט „פּאַלערמאָ‟. די טעמע איז געװען „די צוזאַמענאַרבעט — אַ שליסל צו דער באַנײַונג‟. ער האָט דערציילט טשיקאַװע עפּיזאָדן פֿון דער שאַפֿונג פֿון פֿלעשל.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

Source: http://yiddish.forward.com/articles/179169/news-from-buenos-aires/#ixzz34YX1C3Dt

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

1 comentario en «Noticias en Yiddish desde Buenos Aires»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: