Acceso a los tesoros de YIVO, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 326 veces

ס׳איז גוט באַקאַנט אַז אין ייִוואָ געפֿינט מען אַ שפֿע מיט ביכער, צײַטשריפֿטן, דאָקומענטן, בילדער, רעקאָרדירונגען, און אַ סך אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון פֿאַרשידענע טעמעס: ספֿרים, מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, אָרגאַניזאַציאָנעלע דאָקומענטן, פּערזענלעכע קאָרעספּאָנדענצן און נאָך.

אָבער ווי אַזוי קומט מען צו צו די אוצרות? ווי אַזוי דערגרייכט מען די ווײַטע ווינקלען פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון?

פֿרײַטיק, דעם 11טן נאָוועמבער, וועלן פֿרומע מאָהרער, די הויפּט־אַרכיוויסטקע פֿון ייִוואָ, און ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ, די דירעקטאָרין פֿון די ייִוואָ־אַרכיוון און ־ביבליאָטעק, אָנפֿירן מיט אַ פּראַקטישן סעמינאַר ווי אַזוי סטודענטן און אַנדערע פֿאַראינטערעסירטע קענען געפֿינען און אויסניצן מאַטעריאַלן פֿאַר זייער פּראָפֿעסיאָנעלער אָדער פּערזענלעכער פֿאָרשאַרבעט.


דער סעמינאַר װעט דורכגעפֿירט װערן אױף ייִדיש.

די סטודענטן פֿון סעמינאַר וועלן האָבן אַ געלעגנהייט אָנצוקוקן, האַלטן און לייענען פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן פֿון דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון אין שײַכות מיט דער טעמע, די ייִדישע קהילה אין וואַרשע.

די לערער וועלן גיבן צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי מע קען געפֿינען די מאַטעריאַלן, און די סטודענטן וועלן האָבן אַ געלעגנהייט זיך נאָכצופֿרעגן וועגן פֿאָרשן בײַם ייִוואָ בכלל, אַרײַנגערעכנט ספּעציפֿישע פֿראַגעס וועגן זייערע אייגענע פֿאָרש־אינטערעסן.

די סטודענטן אינעם קורס וועלן אויך דאַרפֿן זיך אונטערנעמען אַ באַשיידענעם פֿאָרשפּראָיעקט בײַ דער ייִוואָ־ביבליאָטעק און ־אַרכיוון, און אויף דער צווייטער סעסיע פֿאָרשטעלן דעם אינהאַלט פֿון די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן אַנטדעקט, און באַשרײַבן ווי אַזוי זיי האָבן זיי געפֿונען.

דער סעמינאַר איז ממשיך די ייִוואָ־טראַדיציע אויסצושולן ווײַטהאַלטערס אין ייִדישע לימודים, אינעם גערעם פֿונעם מאַקס װײַנרײַך־צענטער פֿאַר אַוואַמסירטע ייִדיש־סטודענטן. אַחוץ צושטעלן פֿאָרשסובווענצן פֿאַר וויסנשאַפֿטלערס און פֿאַרשידענע קורסן — סײַ אָנלײַן סײַ אינעם קלאַסצימער — פֿאַרן ברייטן עולם, האַלט דער צענטער איצט אין פֿאַרגרעסערן די צאָל פּראָגראַמען פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן.

אין ס׳רובֿ אוניווערסיטעטן שפּילט דאָס פֿעלד פֿון ייִדיש־לימודים נישט קיין צענטראַלע ראָלע, האָפֿט מען אַז די פּראָגראַמען וועלן אויספֿילן די בלויזן. דערצו וויל מען האַלטן די פּראָגראַמען לויט ייִוואָס היסטאָרישן צוגאַנג, אויף ייִדיש, כּדי דער וויסנשאַפֿטלער זאָל גוט פֿאַרשטיין דאָס לשון און דערבײַ זיך טיפֿער באַקענען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע.

מע מוז זיך רעגיסטרירן אויף דעם סעמינאַר. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט ברוכה לאַנג: [email protected]

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/200234/accessing-the-yivo-treasures/#ixzz4OmFD8rA6

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: