אַ דבֿר־תּורה אין אָנדענק פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבערס

וואָס זײַנען אומגעקומען דעם 12טן אויגוסט 1952

פֿון שבֿע צוקער, רעדאַקטאָרשע, אויפֿן שוועל

טײַערע פֿרײַנד,י

דעם שבת האָב איך געהאַלטן אַ דבֿר־תּורה בײַ מיר אין שיל וועגן די סאָוועטיש־ייִדישע הרוגי־מלכות, די ייִדישע שרײַבערס, וואָס סטאַלין האָט אומגעבראַכט אויף דעם טאָג, דעם 12טן אויגוסט, מיט זעכציק יאָר צוריק, 1952. איך האָף אַז ס’וועט אײַך זײַן אינטערעסאַנט און אַז איר וועט זען אַז די דאַטע און די שרײַבערס זאָלן נישט פֿאַרגעסן ווערן אין אײַערע מקומות.י

די שרײַבערס פֿון רעכטס: בערגעלסאָן, האָפֿשטיין, מאַרקיש; צווייטע ריי: קוויטקאָ, פֿעפֿער

אין עקב, דער הײַנטיקער סדרה, לייענען מיר אַז אויב די בני־ישׂראל וועלן פֿאָלגן גאָטס געזעצן וועט ער זיי בענטשן און מערן און ער וועט זיי אַרײַנפֿירן אין זייער אייגן לאַנד, “וואָרום יהוה דײַן גאָט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד, אַ לאַנד פֿון בעכן וואַסער, קוואַלן, טיפֿענישן, וואָס גייען אַרויס אויף באַרג און טאָלן… אַ לאַנד וואָס ניט פֿון אָרעמקייט וועסטו עסן ברויט, וואָס דיר וועט גאָרנישט פֿעלן דרינען; (דבֿרים ח: 9-7, תּרגום יהואָש; אַלע פֿאַרטײַטשונגען פֿונעם חומש אין דעם אַרטיקל – פֿון יהואָש).י

דאָס איז נישט דאָס איינציקע מאָל אין דער ייִדישער געשיכטע ווען מע האָט די ייִדן געגעבן אַן אייגן לאַנד און ארץ־ישׂראל איז נישט דאָס איינציקע לאַנד וואָס מע האָט באַטראַכט אויף דעם צוועק. נאָכן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ תּקופֿה פֿון כּמעט צוויי טויזנט יאָר גלות, איז געווען גאַנץ נאַטירלעך אַז ייִדן זאָלן בענקען נאָך אַן אייגן לאַנד. אַזאַ לאַנד וואָלט, אין הײַנטיקע טערמינען, אידעאַל געגעבן ייִדן אַ מאָס פּאָליטישע אויטאָנאָמיע, ווי אויך אַן אָרט וווּ זיי וואָלטן זיך געקענט אויסלעבן אין זייער אייגענער רעליגיע, שפּראַך און קולטור. עס וואָלט געדינט ווי אַ פֿעסטונג סײַ קעגן אַנטיסעמיטיזם סײַ קעגן אַסימילאַציע.י

אין זײַן ביכל מדינות ליהודים (1990) דערמאָנט דער שרײַבער אליהו בנימיני זעקס און דרײַסיק פּרוּוון צו עטאַבלירן אַ טעריטאָריע פֿאַר די ייִדן, ס’רובֿ פֿון זיי, דאַרף איך אײַך נישט זאָגן, זײַנען נישט מקוים געוואָרן.י

ס’איז אָבער דאָ איין אָרט וואָס איז יאָ רעאַליזירט געוואָרן: ביראָבידזשאַן, וואָס רופֿט זיך נאָך אַלץ די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט, און וואָס געפֿינט זיך בײַם סאַמע מיזרחדיקן עק פֿון רוסלאַנד, הינטער סיביר, און זייער נאָענט צו דער כינעזישער גרענעץ. געגעבן האָט דאָס נישט גאָט נאָר להבֿדיל דער חבֿר סטאַלין. די קאָמוניסטישע ממשלה האָט דערלויבט די ייִדן איבער דעם גאַנצן פֿאַרבאַנד אַ געוויסע מאָס קולטורעלע פֿרײַנהייט אויף ייִדיש, דער שפּראַך פֿון דעם ייִדישן פּראָלעטאַריאַט. די וויכטיקייט דערפֿון ווערט קלאָר נאָר ווען מע פֿאַרשטייט אַז כּמעט אַלע אַנדערע מאַניפֿעסטאַציעס פֿון ייִדישקייט – רעליגיע, יום־טובֿים, לשון־קודש און עבֿרית, ציוניזם – האָט מען פֿאַרווערט. ייִדיש איז דערפֿאַר געוואָרן דאָס איינציקע לעגיטימע אויסדרוק־מיטל פֿאַר ייִדישע שטרעבונגען. און אין דער אויטאָנאָמער געגנט האָט ייִדיש באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַן אָפֿיציעלער שפּראַך, כאָטש לפּנים, און זי פֿאַרמאָגט דאָס ביזן הײַנטיקן טאָג.י

נישט געקוקט אויף דעם וואָס סטאַלין האָט פֿון דעם צוגעזאָגטן לאַנד געמאַכט אַ לאַנד פֿון טעראָר און קאָשמאַרן, איז פֿאָרט געווען אַ צײַט ווען מע האָט זייער ערנסט געהאַלטן אַז נאָר אין אַזאַ קאָנצענטרירטן ייִשובֿ קען די ייִדישע קולטור זיך צעוואַקסן און צעבליִען. ס’רובֿ פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבערס האָבן דאָרטן עולה־רגל געווען, אָפֿט מיט דער כּוונה זיך צו באַזעצן און האָבן, פֿאַרשטייט זיך, באַשריבן דאָס לאַנד מיט לויטער שבֿחים.י

אין זײַן ראָמאַן בירעבידזשאַנער (1934) שרײַבט דוד בערגעלסאָן, אָפֿט פֿאַררעכנט ווי דער פֿערטער גרויסער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָך שלום־עליכם, פּרץ און מענדעלע (אַבראַמאָוויש), וועגן אַ גרופּע אידעאַליסטישע יוגנט וואָס קומט זיך באַזעצן דאָרטן כּדי אויפֿצובויען אַ היימלאַנד פֿאַר ייִדן. אין דעם שטעל באַשרײַבט בערגעלסאָן ווי שימקע קוקט אָן צום ערשטן מאָל דאָס לאַנד, בשעת ער קוקט אַראָפּ פֿון דעם שפּיץ פֿון דער סאָפּקע (בערגל), אַזוי ווי משה רבנו האָט אַראָפּגעקוקט אויף דעם צוגעזאָגטן לאַנד, פֿון דעם הר נבֿו. אין זײַן אויסמאָלונג פֿון די בערג און טאָלן און טײַכן הילכט אויך אָפּ די באַשרײַבונג פֿון דעם לאַנד אין דער הײַנטיקער פּרשה:י צו לייענען ווײַטער גיט אַ קליק דאָ צו עפֿענען דעם

PDF

און הייבט אָן לייענען פֿון זײַטל 2. אויב איר קענט דאָס ניט עפֿענען מיט אײַער בלעטערער שרײַבט אונדז און מיר וועלן אײַך שיקן דעם פּי־די־עף.י

Diario Judío México -  Related articles:

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

Artículo anteriorThe Final Song, Dos Letste Lid
Artículo siguientePirke Avot en Kfar Saba
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.