El economista Martin Gaynor explica que podemos aprender del sistema de salud Israelí

Por:
- - Visto 509 veces

דער ניוואָ פֿון די אַמעריקאַנער געזונט־באַדינונגען איז בעסער פֿון  פֿריִער, אָבער דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַן אינטערוויו מיט ד”ר  מאַרטין גײנאָר, אַ ייִדישער פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע, קאַרנעגי-מעלאָן  אוניװערסיטעט, און דירעקטאָר פֿון ביוראָ פֿון עקאָנאָמיע בײַ דער פֿעדעראַלער  האַנדל-קאָמיסיע (Federal Trade Commission) אין שײַכות מיט דער אַמעריקאַנער  געזונט־סיסטעם. *


קענט איר אונדז איבערגעבן עפּעס װעגן זיך אַלײן, אײַער אַקאַדעמישער געשיכטע  און אַײַער װעג צו ייִדיש?

איך בין אַן עקאָנאָמיקער בײַ קאַרנעגי מעלאָן אוניװערסיטעט ‪(‬Carnegie  Mellon‪)‬ אין פּיטסבורג, פּענסילװײניע. אַיך האַלט דאָרט די קאַטעדרע אין  עקאָנאָמיע און געזונט-פּאָליטיק ‪(‬Economics and Health Policy‪)‬ אויפֿן נאָמען  פֿון ע.ג. באַראָן. איך בין דאָ אַ פּראָפֿעסאָר זינט 1995. שױן 30 יאָר װי איך  שטודיר און פֿאָרש די געזונט-עקאָנאָמיק.


מײַנע עלטערן פֿאַרשטײען און רעדן יִידיש און פֿלעגן רעדן ייִדיש אין דער הײם.  שפּעטער האָב איך אַלײן זיך אויסגעלערנט רעדן און לײענען, אַ סך פֿונעם  „פֿאָרװערטס‟!

לעצטנס זײַט איר געװען אין ישׂראל. װאָס האָט איר דאָרט געטאָן?

דער עקאָנאָמיע‪-‬אָפּטײל פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים האָט מיך  אײַנגעלאַדן צו קומען צו גאַסט און האַלטן אַ רעדע. איך בין אויכעט געווען צו גאַסט  בײַ מײַן משפּחה.   װאָס קען דער אַמעריקאַנער אָפּלערנען פֿון דער  ישׂראל-געזונט-סיסטעם?

עס איז זײער אינטערעסאַנט. מדינת־ישראל גיט אויס 7‪.‬8% פֿון זײַן  נאַציאָנאַלע-הכנסה‬ אויף געזונט, אַ סך װײניקער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן  (18%), קאַנאַדע (11%), פֿראַנקרײַך (12%), דײַטשלאַנד (11%), האָלאַנד (12%),  שװעדיע (10%) אָדער יאַפּאַן (10%), אָבער דער אַריכות-ימים-שאַץ‬ איז אין ישׂראל  גרעסער פֿון די אַלע לענדער, חוץ יאַפּאַן. די זײג-שטאַרביקײט איז אײנע פֿון די  נידעריקסטע אין דער װעלט, און אַ סך נידעריקער פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן (3‪.‬5  קעגן 6‪.‬1 פּטירות אַ 1,000 געבורטן). די סיבה שטעקט אין דעם, װאָס די רעגירונג  האָט אינװעסטירט אַ סך רעסורסן אין געזונט פֿאַר טראָגעדיקע פֿרויען זײער פֿרי אין  דער געשיכטע פֿון מדינת־ישראל. ס’איז נישטאָ קײן ענלעכע סיסטעם אין די פֿאַראײניקטע  שטאַטן. געזונט-הוצאות זײַנען נידעריקער (פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן) צום טײל,  װײַל די דאָקטױרים פֿאַרדינען אַ סך װײניקער פֿון די דאָקטױרים אין אַמעריקע.

װי אַזױ קוקן די ישׂראל-געזונט-עקאָנאָמיקער אױף דער אַמעריקאַנער  סיסטעם?

באמת, װײס איך נישט. איך האָב גערעדט אַ סך אויף עקאָנאָמישע טעמעס מיט די  ישׂראלדיקע עקאָנאָמיסטן, אָבער מיר האָבן נישט גערעדט װעגן דער אַמעריקאַנער  סיסטעם. אין אַלגעמײן, מײנט דאָס רובֿ מבֿינים, חוץ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן,  אַז די אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם האָט גרויסע פּראָבלעמען. למשל, פֿאַר אַ טײל  אַמעריקאַנער איז די קװאַליטעט פֿון געזונט-באַדינונג אױסגעצײכנט, נאָר אַ סך האָבן  נישט קײן פֿאַרזיכערונג בכלל. און די הוצאות פֿון די אַמעריקאַנער געזונט-סיסטעם  זײַנען אַ סך העכער װי אין אַנדערע לענדער.

פֿאַר װאָס נעמט די געזונט־סיסטעם אַזױ פֿיל הוצאות פֿון דער אַמעריקאַנער  עקאָנאָמיע?

מע דאַרף פֿאַרשטײן, אַז אויסגעבן אַ סך געלט פֿאַר געזונט-באַדינונגען איז  לאוו-דווקא שלעכט. דער ניוואָ פֿון געזונט-באַדינונגען איז געשטיגן און איז בעסער  פֿון פֿריִער. דאָס אַריכות-ימים איז איצט לענגער, די שטאַרביקײט פֿון  האַרץ-קראַנקײט און ראַק איז געפֿאַלן; אויב מע האָט אַ שלעכטע לינדז אין אויג, צי  אַ שלעכטע קני אָדער היפֿט, קען מען דאָס פֿאַרבײַטן אויף קינסטלעכע סובסטיטוטן. די  ווערט פֿון די דאָזיקע זאַכן שטײַגט, איז נאַטירלעך מע גיט אויף דעם אַזוי פֿיל  אויס.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174171/a-better-american-health-insurance-system/#ixzz2r586PmUU

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: