Exitosa presentación en París de “Esperando a Godot”, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 796 veces

פֿון 14טן ביזן 21סטן מאַרץ איז די טרופּע פֿון ניו־יאָרקער „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“ אַרויסגעטראָטן כּמעט טאָג־טעגלעך אין פּאַריז, אין די ראַמען פֿונעם „סעמיועל בעקעט־פֿעסטיוואַל“, מיט „וואַרטן אויף גאָדאָ“, די באַרימטסטע פּיעסע פֿונעם גרויסן אירלענדיש־פֿראַנצייזישן דראַמאַטורג.

די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס“ ווייסן אַוודאי פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג, וואָס דער רעזשיסאָר משה יסעור האָט זי געשטעלט אין ניו־יאָרק מיט אַ פּאָר יאָר צוריק. זי איז שוין איין מאָל געשפּילט געוואָרן אויפֿן בעקעט־פֿעסטיוואַל (דעמאָלט אין אירלאַנד) אין זומער 2014. פֿאָרט וועט אײַך זײַן אינטערעסאַנט צו לייענען ווי מע האָט זי אויפֿגענומען אין פּאַריז. איז דאָך די פּיעסע דערשינען, קודם־כּל, דאָ אין דער פֿראַנצייזישער הויפּטשטאָט, אויף פֿראַנצייזיש, אין 1952, און עד־היום קען מען גוט אין פּאַריז בעקעטס אַוואַנגאַרד־ווערק, וואָס ווערן אָפֿט געשטעלט דורך אויסגערופֿענע רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן.

טאָ זאָל טאַקע געזאָגט ווערן, אַז די איצטיקע ייִדישע פֿאָרשטעלונג שטייט קינסטלעריש נישט אָפּ פֿון די פֿראַנצייזישע, און דערצו האָט זי נאָך אַ באַזונדערן ייִדישן חן. דאָס האָט צו טאָן מיטן פּירוש וואָס מע מאַכט פֿון בעקעטס כּוונה אין „וואַרטן אויף גאָדאָ“.


ס׳איז דאָך נישט פּשוט צו צעקײַען אַ שפּיל, וווּ צוויי עלנטע, אָפּגעריסענע, אויסגעהונגערטע מענטשן וואַרטן, ערגעץ אין אַן אומהיימלעכן אומבאַוווינטן העק, אויפֿן אָנקום פֿון איינעם אַ מיסטעריעזן גאָדאָ, וועגן וועמען זיי ווייסן גאָרנישט, סײַדן אַז ער האָט צוגעזאָגט נאָך זיי צו קומען. זינט זי האָט זיך באַוויזן, האָט די דאָזיקע האַרבע אַוואַנגאַרדיסטישע פּיעסע אַרויסגערופֿן, אין ערשטן מאָמענט — סקאַנדאַלן, און שפּעטער — די פֿאַרשיידנסטע אויסטײַטשונגען. אַ סך האָבן געדרונגען (כאָטש דער מחבר אַליין האָט עס אָפּגעלייקנט), אַז דער נאָמען „גאָדאָ“ איז אַן אָנצוהערעניש אויף „גאָט“ און אַז ממילא האָט די פּיעסע אַ מעטאַפֿיזישן אינהאַלט. אין די לעצטע צען יאָר אָבער האָט די קריטיק, אויפֿן סמך פֿון בעקעטס כּתבֿ־ידן און אַנדערע סימנים, זיך גענומען אָריענטירן אין דער ריכטונג פֿון אַ פּאָליטישן פּירוש: די העלדן זאָלן סימבאָליזירן פּליטים, און אפֿשר אַפֿילו גערודפֿטע ייִדן, וואָס וואַרטן אומזיסט אויף אַ ישועה אין אַ פֿאַרוואָרפֿענער געגנט פֿון פֿראַנקרײַך אונטער נאַצישער אָקופּאַציע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195658/waiting-for-godot-a-great-artistic-achievement/?p=all#ixzz4By2PszhD

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: