קמץ אלף אָ

Por:
- - Visto 520 veces

״…און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אל״ף בי״ת״

הײַנט איז דאָס ערשטע מאָל וואָס איך שרײַב אין פייסבוק אויף ייִדיש, און די סיבה איז גאנץ איינפאך. מײַן ציל איז אָפצוגעבן כבוד מיין זיידן – דער לערער מאיר בערגער ז״ל, און דאָס וואָלט איך נישט געקענט טאָן אויף קיין שום אָדער שפראך, נאָר בלויז אויף ייִדיש.

דעם פֿארגאנגענעם 31סטן אָקטאָבער האָט די אקאדעמיע פֿאר דער העבעישער שפראך אין ירושלים אויפֿגענומען צו באהאלטן און אָפצושיצן א העברעיש-ייִדיש ווערטערבוך, וועלכער מײַן זיידע האָט געשריבן במשך די לעצטע צען יאָר פֿון זײַן לעבן, אלס איינע פֿון די וויכטיקסטע ווערק וואָס האנדלען מיט פֿארשידענע ייִדישע שפראכן.
א דאנק צו מײַן ליבער פֿעטער, ד״ר יצחק (איקאָ) בערגער און זײַנער א חברטע פֿון דער יוגנט – פראָפֿעסאָר חווה טורניאנסקי, וואָס האָט מיט עטלעכע יאָרן צוריק באקומען דעם ״ישראל פרײַז״ פֿאר איר אויסערגעוויינדלעכע לעבנס-ארבעט און פֿאָרשונגען אין תחום פֿון דאָס ייִדישע שפראך, און וועלכע איז אליין געווען מײַן זיידנס א תלמידה, איז דאָס אלץ געוואָרן א ווירקלעכקײַט.


דער ווערטערבוך באשטייט פֿון 27,000 ווערטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש, און א צאָל פֿון זיי אויכעט באגלייט מיט קאָמעטארן, טאָגטעגליכע נוצן, ווערטערשפריכן און עטלעכע פֿון זיי אפילו מיט משלים פֿון דער מישנה.
לויט פראָפֿעסאָר טורניאנסקי, ד״ר יצחק ניבורסקי, איינער פֿון די וואָס האָבן געשאצט מײַן זיידנס ווערטערבוך, האָט אזוי זיך אויסגעדרוקט: ״דאָס ארבעט, גראדע געשריבן געוואָרן בײַ האנט, באווײַזט דעם גרויסן ווילן און דער רײַכער וויסנשאפֿט פֿון א תלמיד חכם, וועלכער האָט אויף זיך אליין אָן קיין שום הילף אָנגענומען די ארבעט צו שאפֿן א כלי אויף צו קענען פֿארשטיין און באגרײַפֿן די העברעישע שפראך מיטן הילף פֿון מאמע-לשון״.

מאיר בערגער, מײַן זיידע, איז געבוירן אין ליפסק, פוילן אין 1901. עטלעכע מאָנאטן בלויז נאָך דעם ווי ער איז אָנגעקומען אין מעקסיקע אין יאָר 1924, האָט ער צוזאמען מיט אנדערע נײַ געקומענע ייִדן געגרינדעט ״די ייִדישע שול אין מעקסיקע״ – דאָס ערשטע ייִדישע שול אין דער מדינה. ער האָט געארבעט אין שול אלס א לערער. א קורצע צײַט שפעטער איז ער געוואָרן דער דירעקטאָר און האָט געהאלטן דעם פאסטן צוואנציק יאָר. נאָך דעם איז ער תמיד געבליבן טעטיק אין אלץ וואָס האָט געהאט צו טאָן מיט ייִדישע סעקולארע דערציונג און קולטור, ביז זײַן טויט אין יאָר 1981.

ווען עמעצער וואָלט מיר געפֿרעגט וואָס האָט מאיר בערגער געירשנט זײַן גאנצע משפחה, קינדער, אייניקלעך, פלימעניקעס; וואָלט איך זייער איינפֿאך און לײַכט געקענט ענטפֿערן: דאָס וואָרט, דאָס ייִדיש וואָרט.

כל זמן ווי איך לעב, וועל איך קיין מאָל נישט קענען דיר גענוג באדאנקען, טײַערער זיידע.

2 comentarios en «קמץ אלף אָ»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: