Cultura Yiddish en Lund, Suecia

Por:
- - Visto 685 veces

Reseña de las actividades que se han llevado a cabo y de las que se harán en el futuro en la Universidad de Lund, Suecia, que incluyen clases, conferencias, conciertos, etc.

Maya Ajzen

אין פֿריִערדיקע רובריקן פֿון “וועלט פֿון ייִדיש” האָבן מיר דערמאָנט דעם אויפֿבלי  אין שוועדן פֿון ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. מע פֿאַרבעט לעקטאָרן אַהין  אָנצופֿירן מיט וואַרשטאַטן אויף ייִדיש יעדן זומער; מע גיט אַרויס ביכער און אַ  זשורנאַל אויף ייִדיש; פֿאַר אַ יאָרן האָט מען עטאַבלירט אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש  אין לונדער אוניווערסיטעט, און פּראָפֿ’ יאַן שוואַרץ פֿאַרנעמט די פּאָזיציע  פֿונעם ראָש. די וואָך, פֿונעם 28סטן ביזן 31סטן אָקטאָבער 2012, אינעם לונדער  אוניווערסיטעט איז פֿאָרגעקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע “די  ייִדישע קולטור אין איר אייראָפּעיִשן קאָנטעקסט”; די ערטשע פֿון די דרײַ יערלעכע  פֿאַרזאַמלונגען אין אַ ציקל וואָס הייסט “די ייִדישע קולטור אינעם 20סטן  יאָרהונדערט”. די צווייטע קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין אַמסטערדאַם, פֿרילינג  2014, און די דריטע אין דיסלדאָרף, פֿרילינג 2016. אין דער איצטיקער קאָנפֿערענץ  האָבן אָנטיילגענומען לעקטאָרן פֿון דײַטשלאַנד, אַמסטערדאַם, די פֿאַראייניקטע  שטאַטן, פֿראַנקרײַך, שווייץ, ישׂראל, דענמאַרק און פּוילן.


פּראָפֿ׳ יאַן  שוואַרץ האָט באַגריסט דעם עולם מיט די ווײַטערדיקע ווערטער:

איך בין זייער  צופֿרידן צו שטיין פּנים־אל־פּנים מיט אַזאַ שיינעם עולם, כּדי צו באַגריסן אײַך  צום ערשטן אייראָפּעיִשן ייִדישן אַקאַדעמישן וואַרשטאַט אין לונדער אוניווערסיטעט.  מיר האָבן פֿאַרבעטן צוואַנציק ייִדיש־פֿאָרשער פֿון אייראָפּעיִשע לענדער און פֿון  אַמעריקע, וואָס וועלן אַרומרעדן די טעמע פֿון ייִדיש אינעם 20סטן יאָרהונדערט. מיר  זענען באַזונדער שטאָלץ, וואָס אַ גרויסער טייל פֿון די אָנטיילנעמער זענען  יונגע־לײַט, וואָס האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן זייערע דאָקטאָראַטן. אין די קומעדיקע  דרײַ טעג וועלן מיר הערן רעפֿעראַטן וועגן אַ ריי פֿאַרשיידענע ענינים אין  חכמת־ייִדיש. מיר האָבן צעטיילט די סעסיעס אויף די ווײַטערדיקע טעמעס: די  קולטור־צענערטס אין פּוילן, סקאַנדינאַוויע און שווייץ; די ייִדישע ליטעראַטור און  די ייִדישע דערציִונג נאָכן חורבן; גבֿית־עדותן און אָנדענק נאָכן חורבן, און  ייִדיש אין דער חסידישער וועלט.

די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס מיר האָבן זיך  געקענט פֿאַרזאַמלען דעם אָוונט, כּדי צו עפֿענען די ערשטע אַקאַדעמישע  ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין שוועדן איז, ווײַל ייִדיש איז אַן אָפֿיציעלע  מינאָריטעטן־שפּראַך אין לאַנד. הערט אַ וווּנדער־מעשׂה — אַ מינאָריטעטן־שפּראַך  וואָס האָט אפֿשר ווייניקער ווי דרײַ טויזנט רעדער איז אָנערקענט געוואָרן ווי  איינע פֿון פֿינף מינאָריטעטן־שפּראַכן אין שוועדן. דאַרף איך טאַקע זאָגן אַ  האַרציקן דאַנק דער שוועדישער רעגירונג פֿאַר דער ברייטהאַרציקער פֿינאַנציעלער  שטיצע וואָס האָט דערמעגלעכט די באַשאַפֿונג פֿון אַן אַקאַדעמישער  ייִדיש־פּראָגראַם אין לונדער אוניווערסיטעט.

ווען איך בין אַהערגעקומען מיט  פֿערצן חדשים צוריק, איז שוין געווען אַ ייִדישע סבֿיבֿה מיט כּמעט צוואַנציק  סטודענטן און אַ לערער — ד״ר סאַלאָמאָן שולמאַן. הײַנטיקס יאָר קען מען אינעם  לונדער אוניווערסיטעט שטודירן ייִדישע שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויף  פֿאַרשיידענע מדרגות — פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטערע סטודענטן, וועלכע לערנען  זיך ייִדיש אויף ייִדיש.

אַחוץ דער שטיצע וואָס מיר האָבן באַקומען פֿאַר דער  קאָנפֿערענץ פֿון דער “ראָטשילד־פֿונדאַציע” אין לאָנדאָן, האָט “סאָל” — דער  שפּראַך־ און ליטעראַטור־צענטער אינעם לונדער אוניווערסיעטעט — אויך ברייטהאַרציק  געהאָלפֿן. מײַנע קאָלעגעס אין “סאָל” האָבן כּסדר אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקן  אינטערעס און בטחון צו דער נײַער ייִדיש־פּראָגראַם. דער “ייִדיש־פֿאַרבאַנד” אין  שטאָקהאָלם האָט אויך פֿינאַנציעל געהאָלפֿן מיט אַ ברייטער האַנט לטובֿת דער  קאָנפֿערענץ.

Fuente:  http://yiddish2.forward.com/node/4760#ixzz2tnru7PW6

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: