Nueva serie en la TV egipcia: Una historia de amor entre un musulmán y una judía en los años 50’s

Por:
- - Visto 622 veces

די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן דער ראַמאַדאַן — אַ צײַט, ווען די אַראַבער איבער דער וועלט פֿאַסטן יעדן טאָג, און פֿאַסטן אָפּ יעדן אָוונט. דערבײַ קוקן זיי אַ סך טעלעוויזיע.

געוויינטלעך, ווען אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם דערמאָנט ייִדן, איז עס פֿאַרבונדן מיט אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. רעפּליקן וועגן בלוט־בילבולים און „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟ האָבן נישט איין מאָל אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן מצד ישׂראל, ייִדן איבער דער וועלט, און אַפֿילו דעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט.

דאָס יאָר איז אָבער אַנדערש. אַ נײַע ראַמאַדאַן־סעריע, „דער ייִדישער קוואַרטאַל‟, דערציילט וועגן אַ מוסולמענער, וואָס פֿאַרליבט זיך אין אַ ייִדישער פֿרוי אין קאַיִר אין די 1950ער יאָרן — און ווי עס זעט אויס, שילדערט עס די אָרטיקע ייִדן אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן. אַפֿילו עטלעכע ישׂראלדיקע נײַעס־מאָדעראַטאָרן האָבן באַצייכנט די פּראָגראַם ווי אַ פֿרישן אויסנאַם אַנטקעגן די געוויינטלעכע אַנטיסעמיטישע שאַבלאָנען.


די דראַמע איז אַ ביסל מער קאָמפּליצירט ווי אַ געוויינטלעכער ליבע־ראָמאַן. עס קומט פֿאָר צווישן דער רעוואָלוציע פֿון 1952 און דעם סועץ־קריזיס אין 1956 — אַ צײַט פֿון פֿאַרברענטן עגיפּטישן נאַציאָנאַליזם און כּעס וועגן דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. ס׳איז אָבער אויך געווען אַ תּקופֿה, ווען די מוסולמענער, קריסטן און ייִדן אין קאַיִר האָבן געלעבט בשלום. „דעמאָלט, ווען ס׳איז אין לאַנד געווען אַזאַ קאָ־עקזיסטענץ, איז עגיפּטן געווען אין זייער אַ גוטן מצבֿ,‟ האָט דער שרײַבער פֿון דער פּראָגראַם, מאַדכאַט אַל־אַדל, געזאָגט דער עגיפּטישער פּרעסע.

אַ טייל ישׂראלים וועלן אפֿשר אָפּשפּאָטן פֿון אַזאַ נאָסטאַלגיע („איצט ראָמאַנטיזירן זיי אונדז, נאָך דעם ווי זיי האָבן אונדז אַזוי שלעכט באַהאַנדלט!‟) אָבער אין עגיפּטן, זאָרגן זיך די אַקטיאָרן אין דער דראַמע מער וועגן אַן אַנדער מעגלעכקייט: אַז זייערע עגיפּטישע ברידער וועלן זיי באַצייכענען ווי „פּראָ־ישׂראל‟ אָדער „ציוניסטן‟. טאַקע דערפֿאַר האָט די הויפּט־אַקטריסע, מענאַ שאַלאַבי, געבעטן בײַ דער עגיפּטישער מעדיאַ נישט צו פּלאָנטערן ישׂראל מיט די ייִדן, אָדער ציוניזם מיט דער ייִדישער אמונה.

„׳דער ייִדישער קוואַרטאַל׳ פּרוּווט נישט צו פֿאַרשענערן דעם פּרצוף פֿון ישׂראל,‟ האָט זי געשריבן אין אַן עפֿנטלעכער דערקלערונג. „ס׳איז נישט קיין אָנערקענונג פֿון ישׂראל, נאָר אַ קוק צוריק אויף אַ תּקופֿה אין דער עגיפּטישער געשיכטע. מיר דאַרפֿן אַלע האַלטן אין זינען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אונטערשייד צווישן דער אָקופּירנדיקער מדינת־ישׂראל פֿון איין זײַט, און פֿון דער ייִדישער רעליגיע און דעם ייִדישן פֿאָלק, פֿון דער צווייטער.‟

דערבײַ האָט זי געבעטן די קריטיקער און דעם ברייטן עולם נישט צו רעאַגירן אויף דער פּראָגראַם, ביז זיי האָבן נישט געזען די גאַנצע סעריע.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188846/egyptian-tv-series-portrays-jews-in-positive-light/#ixzz3eg2z2wg8

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: