אסתּר־רחל קאַמינסקאַ: צו איר 88סטן יאָרצײַט

דעם 25 דעצעמבער מערקן מיר אָפּ דעם 88סטן יאָרצײַט פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ,  די מאַמע פֿון ייִדישן טעאַטער. דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע אויפֿן נאָמען  פֿון אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ האָט זונטיק דעם 15 דעצעמבער אָפּגעהאַלטן אַ  טעאַטער־אַקאַדעמיע אין אָנדענק פֿון דער גרויסער אַקטריסע.

דער זאַל פֿונעם טעאַטער איז געווען אָנגעפּאַקט מיט מענטשן. אַקטיאָרן פֿונעם  ייִדישן טעאַטער האָבן געשפּילט אַ פֿראַגמענט פֿון „מירעלע אפֿרת‟, אסתּר־רחל  קאַמינסקאַס באַליבטסטע פּיעסע, וווּ זי האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע — מירעלע  אפֿרת.

אין צווייטן טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט די באַוווּסטע פּוילישע אַקטריסע  קריסטינאַ יאַנדאַ, אין דער ראָלע פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, דערציילט פֿון איר  לעבן. קאַמינסקאַ האָט געשטאַמט פֿון אַ פֿרומער משפּחה.

טאַטע־מאַמע האָבן נישט געוואָלט, אַז זייער טאָכטער זאָל ווערן אַן אַקטריסע.  ערשט בײַ 22 יאָר האָט זי אָנגעהויבן שפּילן טעאַטער און באַלד זיך קונה־שם געווען  צוליב איר זעלטענעם טאַלאַנט. איר גאַנץ לעבן איז געווען געקנופּט־און־געבונדן מיטן  ייִדישן טעאַטער. זי האָט חתונה געהאַט מיט אַבֿרהם־יצחק קאַמינסקי אין וועמענס  טעאַטער זי האָט געשפּילט. איר טאָכטער אידאַ, איז געווען אַ קינד פֿון טעאַטער.  שוין ווי אַ קליין מיידעלע האָט זי געשפּילט מיט איר מאַמען אויף דער בינע. אידאַ  קאַמינסקאַ האָט נאָכן טויט פֿון איר מאַמען געשפּילט אַ סך פֿון די ראָלעס, וואָס  די מאַמע האָט אַ מאָל געשפּילט.

אידאַ קאַמינסקאַ איז געווען ביזן יאָר 1968 די דירעקטאָרין פֿונעם הײַנטיקן  וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער. אין אַ געוויסער מאָס איז דער הײַנטיקער ייִדישער  טעאַטער אין וואַרשע אַ המשך פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ און איר טרופּע.

לזיכּרון דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג

דעם 27סטן יאַנואַר, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן אָנדענק־טאָג פֿון חורבן, וועלן  צוויי עראָפּלאַנען אַרויספֿליִען פֿון בן-גוריון פֿליפֿעלד קיין קראָקע, כּדי צו  ברענגען זעכציק כּנסת־דעפּוטאַטן, פֿערציק ניצול-געבליבענע, פֿערציק  כּנסת־אָנגעשטעלטע, פֿופֿציק זשורנאַליסטן און עטלעכע אָנגעשטעלטע פֿון „יד־ושם‟.  פֿון קראָקע וועלן זיי פֿאָרן פֿופֿציק קילאָמעטער קיין אוישוויץ-בירקענאַו. אַ  מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט ייִדן זענען דערמאָרדעט געוואָרן אין אָט דעם  טויט־לאַגער. מדריכים פֿון „יד־ושם‟ וועלן זיי פֿירן איבער די בלאָקן, וווּ די  ייִדן האָבן געוווינט אין אוממענשטלעכע באַדינגונגען. פֿון אוישוויץ וועט די גרויסע  דעלעגאַציע פֿאָרן מיט אויטאָבוסן קיין בירקענאַו, וווּ די געסט פֿון ישׂראל וועלן  אָנטייל נעמען אין אַ מאַרש פֿון 800 מעטער, ביז צום דאָרטיקן חורבן־דענקמאָל. דער  הויפּט-חזן פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער וועט זאָגן קדיש און „אל מלא רחמים‟.

נאָכן באַזוך אינעם אוישוויץ־מוזיי וועלן די ישׂראלדיקע דעפּוטאַטן צוריקפֿאָרן  קיין קראָקע, וווּ זיי וועלן זיך באַטייליקן אין אַ בשותּפֿותדיקער סעסיע מיטן  פּוילישן פּאַרלאַמענט, בתוכם מיט ייִדישע דעפּוטאַטן פֿון עטלעכע אייראָפּעיִשע  פּאַרלאַמענטן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/174914/news-from-warsaw/#ixzz2ns6098Cl

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.
Artículo anteriorPara navidad, 4 versiones del Nuevo Testamento en Yiddish y una versión del Viejo Testamento para no judíos en Inglés
Artículo siguienteRoma desde la ‘Escalinata al Cielo’
Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.