La Embajadora de Estados Unidos habla sobre Sutskever a los participantes de la Marcha de la Vida, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 348 veces

די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין צו דער „יו־ען‟, סאַמאַנטאַ פּאַוער, האָט דעם 4טן מײַ גערעדט (דורך ווידעאָ) פֿאַר די יונגע באַטייליקטע אינעם „לעבן־מאַרש‟ וועגן די שרעקלעכע חורבן־איבערלעבונגען פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער.

צוזאַמען מיט טויזנטער אַנדערע ווילנער ייִדן, איז סוצקעווערס אייגן קינד אומגעקומען אין דער ווילנער געטאָ. וועגן דעם מאָרד פֿון זײַן מאַמען האָט ער זיך שפּעטער דערוווּסט, ווען ער האָט געפֿונען אירע שיך אין אַ וואָגן מיט שיך, וואָס די נאַציס האָבן „געשאָנקען‟ דער געטאָ. וועגן דעם האָט ער אויך אָנגעשריבן דאָס באַקאַנט ליד „אַ וואָגן שיך‟, וואָס פּאַוער האָט פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג דערפֿון פֿאַר די יוגנטלעכע.

זי האָט אויך דערציילט וועגן סוצקעווערס וויכטיקער ראָלע ווי אַן עדות פֿאַרן נירנבערגער טריבונאַל, וואָס האָט נאָך דער מלחמה פֿאַרמישפּט אַ צאָל נאַצי־פֿירער. דורכן איבערדערציילן די געשיכטעס פֿון סוצקעווער און פֿון אַנדערע לעבן־געבליבענע, זאָגט פּאַוערס, קען מען העלפֿן צו פֿאַרזיכערן, אַז קיין גענאָיד אַזאַ זאָל מער ניט פֿאָרקומען אויף דער וועלט.


סאַמאַנטאַ פּאַוער איז אַליין ניט קיין ייִדישע, נאָר אַ געבוירענע אין אירלאַנד, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ פּראָפֿעסאָרין אין האַרוואַרד און אַ וויכטיקע שטיצערין פֿון באַראַק אָבאַמאַ, נאָך איידער ער איז געוואָרן דער פּרעזידענט. אין 2008 האָט זי חתונה געהאַט מיטן ייִד קעס סאָנסטין (Sunstein), אויך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ, נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך באַקענט אין דער קאַמפּאַניע פֿאַר אָבאַמאַ. ניט געקוקט אויף איר האַלב־ייִדישער משפּחה, האָט זי ניט באַוויזן ריכטיק אַרויסצורעדן סוצקעווערס נאָמען, וואָס זי רופֿט אים „אייברעהעם סאַסקעווער‟.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/196655/us-ambassador-tells-sutzkevers-story/#ixzz48NmBMjDn

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: