Noticias de Moscú

Por:
- - Visto 337 veces

אַן אויסשטעלונג: „פּסח־הגדות פֿון שנאורסאָנס זאַמלונג‟

דאָס רובֿ ייִדישע ידיעות פֿון מאָסקווע זענען די וואָך פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ. עס זענען פֿאָרגעקומען פּסח־סדרים אין די מאָסקווער שילן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס (שולן, יוגנט־קלובן, פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס און אַזוי ווײַטער), וואָס אין זיי האָבן אָנטייל גענומען עטלעכע טויזנטער מענטשן.

אין מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט זיך דעם 6טן אַפּריל געעפֿנט אַן אויסשטעלונג „פּסח־הגדות פֿון שנאורסאָנס זאַמלונג‟. מיט צוויי יאָר צוריק האָט די מלוכה איבערגעגעבן דעם מוזיי (וואָס געהערט דעם רוסישן חב״ד) די זאַמלונג ספֿרים, וואָס האָט געהערט דעם 5טן און 6טן רביים פֿון ליובאַוויטשער דינאַסטיע. די מיטאַרבעטער פֿון דער ביבליאָטעק אָרגאַניזירן פֿון צײַט צו צײַט אויסשטעלונגען, אויסקלײַבנדיק פֿון דער זאַמלונג באַזונדערע ספֿרים — אַ מאָל מחזורים, אַ מאָל אויסגאַבעס פֿונעם תּנ״ך, און דאָס מאָל, הגדות. עס ווערן אויסגעשטעלט פֿיר אויסגאַבעס: צוויי אַמסטערדאַמער (פֿון 1712 און 1765), אַ פּיזער (1801) און אַ מעצער (1767). מע קען לייענען אַן אויספֿירלעכן קאָמענטאַר, וואָס דערציילט וועגן דער טראַדיציע פֿון פּראַווען פּסח, וועגן די הגדות און זייערע אילוסטראַציעס.

די הגדה לייענט מען, געוויינטלעך, אויפֿן סדר אין דער היים, אין דער משפּחה, און דערפֿאַר פֿלעג מען באַצירן די הגדות מיט אילוסטראַציעס, כּדי זיי זאָלן צוציִען די קינדער און זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר זיי. מע האָט כּסדר געצייכנט די געשעענישן פֿון יציאת־מצרים, די פֿיר זין, און די ווידער געבויטע שטאָט ירושלים מיט דעם ווידער געבויטן בית־המיקדש.


פּראָיעקט „אשכּולות‟: הגדות פֿאַר פֿרויען

אַן אומגעוויינטלעכע הגדה, מיט ניט-טיפּישע אילוסטראַציעס האָט פֿאָרגעשטעלט דעם 1טן אַפּריל דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿונעם פּראָיעקט, דער פֿילאָלאָג סעמיאָן פּאַריזשסקי, און די קונסט־פֿאָרשערין דילשאַט כאַרמאַן האָבן דערציילט וועגן דער אַזוי גערופֿענער צווייטער נירנבערגער הגדה (דײַטשלאַנד, די צווייטע העלפֿט פֿונעם 15טן י״ה). מאָדנע איז, אַז דער דאָזיקער כּתבֿ־יד ווידמעט אַ באַזונדערן אויפֿמערק די פֿרויען. עס ווערן געצייכנט אַ סך פֿרויען, וואָס זיצן בײַם פּסחדיקן טיש מיט ספֿרים; כּלות, וואָס שטייען אונטער דער חופּה; פֿרויען, וואָס דערציִען און האָדעווען קינדער, קומען צום רבֿ מיט שאלות, אאַ״וו. פֿון דעם תּנ״כישן נאַראַטיוו פֿון משהס לעבן און יציאת־מצרים אינטערעסירן דעם אַנאָנימען קינסטלער, קודם־כּל, פֿרויען: די בת־פּרעה וואָס האָט גענומען משה רבינו ווי אַ קינד אין איר פּאַלאַץ, מרים הנבֿיאה, ציפּורה און אַנדערע. די לעקטאָרס האָבן זיך געטיילט מיט זייערע פֿאָרלייגן צו דערקלערן די דערשײַנונג.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/186858/news-from-moscow/?p=all#ixzz3WqTjgAFT

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: