לכּבֿוד דעם וואָס מע קען איצט לייענען חיים גראַדעס ווערק אָנלײַן, ברענגען מיר דעם אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, אין וועלכן די מאָנטרעאָלער קולטור־טוערין, ליבע אויגענפֿעלד ז׳׳ל, באַשרײַבט ווי איר טאַטע האָט געלערנט דעם צוקונפֿטדיקן פּאָעט. צו יענער צײַט, בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט גראַדע, דעמאָלט אַ יונג קינד, זיך געוואַלגערט אין גאַס און די דײַטשן האָבן אים דערפֿאַר אַרײַנגעשטעלט אין אַ קינדערהיים. אויגענפֿעלדס טאַטע, ישׂראל מאַרשאַק, איז דאָרטן געווען זײַן לערער. מיט יאָרן שפּעטער, ווען ליבע אויגענפֿעלד איז געווען אַ יונג מיידל, האָט גראַדע באַזוכט איר היים, כּדי צו געבן איר טאַטן אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן ערשט ביכל לידער, „יאָ“.
Clic aquí para leer la nota completa
Maravilloso mensaje de un gran poeta.