Antología de escritoras y feminismo en la literatura Yiddish

Por:
- - Visto 758 veces

ס׳איז נישט קיין סוד, אַז אין אַמעריקע לייענט מען קוים די ליטעראַרישע ווערק, וועלכע מע האָט לכתּחילה אָנגעשריבן נישט אויף ענגליש. דערצו האָבן אַ ריי אָרגאַניזאַציעס, וואָס אַרבעטן צו פֿאַרשפּרייטן די איבערגעזעצטע ווערק צווישן דעם ברייטערן עולם באַמערקט, אַז צווישן די געלייענטע איבערזעצונגען אין אַמעריקע, ווערן ווייניק וואָס רעפּרעזענטירט די ווערק פֿון שרײַבערינס. כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ, האָט מען פּראָקלאַמירט, אַז יעדער אויגוסט זאָל אָנערקענט ווערן ווי „דער חודש פֿון די איבערגעזעצטע ווערק פֿון שרײַבערינס‟.

אויף ייִדיש איז דאָ זייער אַ רײַכע ליטעראַטור פֿון פֿרויען, אַ מין גאָלדענע ליטעראַרישע קייט, וואָס הייבט זיך אָן מיט גליקל פֿון האַמלען אינעם 17סטן יאָרהונדערט און גייט אָן ביז הײַנט. צום באַדויערן, זענען, היסטאָריש גערעדט, די ווערק פֿון די ייִדישע שרײַבערינס, אַזוי ווי אַלע ווערק, אָנגעשריבן פֿון פֿרויען אין דער וועלט־ליטעראַטור, ניט אַזוי פֿיל איבערגעזעצט ווי די ווערק פֿון מענער.

לכּבֿוד דעם „חודש פֿון די איבערגעזעצטע ווערק פֿון שרײַבערינס‟ האָט מרים־חיה סגל, אַ ביבליאָטעקאַרשע בײַם „ייִדישן אָפּטייל‟ פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען „דורות‟, לעצטנס, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ כּמעט־פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון די ביכער פֿון ייִדישע שרײַבערינס, וואָס מע קען לייענען אויף ענגליש. די ביבליאָגראַפֿיע, וואָס ווערט אָרגאַניזירט לויטן זשאַנער (פּראָזע, פּאָעזיע, קאָך־ביכער, רעליגיעזע ספֿרים, זכרונות), דינט ניט בלויז דעם ענגליש־לייענער, וואָס וויל זיך באַקענען מיט די ווערק פֿון ייִדישע שרײַבערינס, נאָר אויך דעם לייענער פֿון ייִדיש. קודם, קען מען אַ דאַנק דער ביבילאָגראַפֿיע, זיך דערוויסן וועגן ביכער, מיט וועלכע מע איז פֿריִער ניט געווען באַקאַנט. דערצו זענען אַ סך פֿון די דערמאָנטע ביכער צוויישפּראַכיקע אַנטאָלאָגיעס, מיט די לידער אָדער דערציילונגען געדרוקט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש.


דורך דער ביבליאָגראַפֿיע און דעם דיגיטאַלישן קאַטאַלאָג פֿון דער ביבליאָטעק קען מען אויך געפֿונען, וווּ עס געפֿינען זיך עקזעמפּלאַרן פֿון די ביכער אויף ייִדיש און ענגליש. ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אַ סך פֿון די ביכער קען מען געפֿינען אינעם ייִדישן אָריגינאַל אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. די ביבליאָגראַפֿיע זעט דאָ: https://www.nypl.org/blog/2016/08/17/women-translation-yiddish

כאָטש די ביבליאָגראַפֿיע איז אַ וווּנדערלעכע אַרבעט, שטרײַכט זי טאַקע אונטער ווי ווייניק פֿון דער ייִדישער פֿרויען־ליטעראַטור האָט מען טאַקע איבערגעזעצט.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198883/bibliography-of-yiddish-women-writers-in-english/#ixzz4I5OBRBEZ

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: