El desfile gay, un intento por mostrar una Jerusalem libre

Por:
- - Visto 302 veces

נאָכדעם וואָס דאָס ערנסט-פֿאַרוווּנדעטע, זעכצן-יעריקע מיידל איז ניפֿטר געוואָרן און דער בעסטישער אָנפֿאַל איבער די באַטייליקטע אינעם ירושלימער גאווה-פּאַראַד איז דערמיט געוואָרן אַ מאָרד, האָט אַרומגעכאפּט דעם גאַנצן לאַנד אַ טיפֿן טרויער און אַ צערודערטקייט.

עס דאַכט זיך, אַז קיינער האָט זיך נישט געריכט דערויף: אַז דער הײַ-יאָריקער פּאַראַד, כאָטש ער איז געווען, פּונקט ווי די פֿריִערדיקע, אָן באַגלייט מיט סקאַנדאַלן, סטראַשונקעס און שלעק, זאָל קאָסטן אַזוי טײַער: אַ פֿרי-פֿאַרשניטן מענטשלעך לעבן.

אַזוי אַרום, האָט דער פּאַראַד, וואָס איז געוואָרן אַ סאָרט רגילות, זיך אומגעקערט צו די צײַטונג־קעפּלעך.


לייענענדיק וועגן דער טרויעריקער געשעעניש האָב איך זיך געכאַפּט, אַז כאָטש די פּאַראַדן דאָ אין ישׂראל זענען גאָר אַ נײַעס, זענען זיי שוין געוואָרן אַ פֿאַרשטענדלעכן טייל פֿון דעם היגן יאָר-ציקל, און, מעגלעך, אין דעם שטעקט זייער כּוח.

מיט יאָרן צוריק, פֿלעג מען ווײַזן אויף דער טעלעוויזיע קורצע פֿראַגמענטן פֿון די גאווה-פּאַראַדן אין אַמעריקע: סאַן-פֿראַנסיסקאָ, לאָס-אַנדזשעלעס, ניו-יאָרק.

די מאַרשירונגען האָט מען געפֿײַערט ברייט, מיט גרויס טאַראַראַם: פֿאַרביקע פֿאָנען האָבן געפֿלאַטערט; מאַסקירטע „נאַקעטע‟ מענער האָבן געטאַנצט און זיך געהוליעט אויף משׂא-אויטאָס נאָכן טאַקט פֿון פֿריילעכער מוזיק — אַלץ נאָכן עטוואָס וווּלגאַרן געשמאַק פֿון דעם אַמעריקאַנער המון. איך פֿלעג קוקן און טראַכטן צו זיך בשעת-מעשׂה: וואָס גייט זיי אַזוי שלעכט דאָרט, אַז זיי צעהויליען זיך אויף אַ ריזיקער „פּאַרטי‟?

מענטשן וואָס לײַדן, וואָס מאָנען רעכט, גערעכטיקייט, גלײַכקייט און טאָלעראַנץ פּראַווען נישט — זיי דעמאָנסטרירן.

יענע יאָרן האָט קיינער נישט געהערט פֿון אַזעלעכע פּאַראַדן בײַ אונדז, אין ישׂראל. די גאווה-פּאַראַד אין תּל-אָבֿיבֿ איז נאָך געווען אַ קליינטשיקע, אַ לאָקאַלע, אַ זײַטיקע. דערנאָך איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געשעפֿט און אַ געלט־גיריקן מאָנסטער, וואָס ציט צו אַ ברייטן עולם קאָנסומענטן, און דערבײַ אָנגעוווירן דעם היגן גערוך — אַ ביליקע נאָכמאַכונג פֿון דעם אַמעריקאַנער מוסטער.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190002/jerusalems-attitude-towards-the-pride-parade/?p=all#ixzz3i9PT3gFH

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: