El misterio de los violines

Por:
- - Visto 515 veces

הערט אַ מעשׂה — משה האָט פֿאַרלוירן דעם פֿידל! אָט אַזוי הייבט זיך אָן די  געשיכטע:

אין אַ פּאַנסיאָן(1 אין ניו-דזשערזי האָט משה געמאַכט אַ  קערטל(2 מיט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור. דער פּראָפֿעסאָר —  האָט מען משהן דערציילט — איז אַ טיילצײַטיקער אָנגעשטעלטער בײַ דעם ניו-יאָרקער  אוניװערסיטעט, און איינער פֿון די בעסטע פֿידלערס אויף דער װעלט. ער איז אַ קלוגער  און אַ מאָל איז ער געװען אַ גוטער קאָרטן-שפּילער, אָבער משה האָט זייער לײַכט  געװוּנען; און ער האָט טאַקע געװוּנען אַ סך — טויזנטער דאָלאַרן. „געלויבט איז דער  אייבערשטער!‟,(3 האָט משה אויסגעשריגן.

דער פּראָפֿעסאָר איז געװאָרן טרויעריק. מע האָט געזען טרערן אין זײַנע אויגן.  צום סוף האָט דער פּראָפֿעסאָר אים דערציילט: „כ׳האָב ניט געבראַכט מיט זיך גענוג  געלט. קומט מאָרגן אין האָטעל, וועט איר זײַן מײַן גאַסט‟.


משה איז געפֿאָרן מיט אַ שיף קיין ניו-יאָרק. אַזוי ליכטיק איז די שטאָט געװען.  זי איז משהן זייער געפֿעלן. אפֿילו די טענעמענט-הײַזער האָט משה ליב געהאַט. „מיט  פֿיר חדשים צוריק‟, האָט משה געטראַכט, „האָב איך געװוינט אין אַ געצעלט אין אַ  הוּװערװיל.(4 באַלד װעל איך קענען קויפֿן אַ באָנגאַלאָ!‟  ניו-יאָרק האָט אַפֿילו אין יענע צײַטן געשמט ווי די שטאָט פֿון חלומות.

דער האָטעל האָט אויסגעזען װי אַ פּאַלאַץ, װאָס איז חרובֿ געוואָרן. משה האָט  דערפֿילט אַ קעלט. פֿון דעסטוועגן, איז ער אַרײַנגעגאַנגען אין דעם פּראָפֿעסאָרס  צימער. דאָרט איז געשטאַנען נאָר אַ בעט מיט אַ שטול. קיין װאַשצימער איז ניט  געווען.

דער פּראָפֿעסאָר אַליין איז געזעסן אויף דער שטול. ער האָט געהאַלטן צוויי  פּעקלעך אין דער האַנט: „כ׳האָב ניט קיין געלט‟. איצט איז שוין משה געוואָרן  טרויעריק.

„ביסט ניט דער איינציקער, װאָס האָט בײַ מיר געװוּנען געלט. כ׳האָב פֿאַרשפּילט  געלט פֿאַר אַ גאַנצער מחנה(5 גנבֿים און גזלנים! כ׳װייס ניט װאָס  צו טאָן… אָבער כ׳בין ניט קיין שלעכטער. עפּעס װעל איך דיר געבן. אין דעם דאָזיקן  פּעקל זײַנען דאָ צװיי פֿידלען‟. און ער לייגט אַוועק די צװיי פּעקלעך אויף דער  בעט.

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/177271?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_term=Oyneg%20Shabes&utm_campaign=Oyneg%20Shabes#ixzz2x6yeVtv9

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: