Finalmente, un libro para judíos con Alzheimer, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 445 veces

דאָס בילדערביכל איז פֿול מיט קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס. צווישן די אימאַזשן: אַ מיידעלע עסט יויך מיט קניידלעך; אַ באָבע ליגט מיט אירע אייניקלעך אויפֿן גראָז; אַ מאַן מיט תּפֿילין דאַוונט. די זאַצן זענען אין געדרוקט אין אַ גרויסער שריפֿט און זענען פּשוט צו לייענען און פֿאַרשטיין („די מאַמע מאַכט אַ ברכה איבער די ליכט“).

דאָס ביכל איז אָבער נישט פֿאַר קינדערלעך, נײַערט פֿאַר אַזוינע וואָס לײַדן אויף דעמענציע און אַלצהײַמער — אַ מין דעמענציע וואָס דערפֿירט צו אַ פּאַמעלעכן באַרג־אַראָפּ אין טראַכטן, געדענקען און קלערן. דאָס בילדערביכל פֿאָדערט נישט קיין גוטן זכּרון, אַזוי אַז מע קען הנאה האָבן פֿון יעדן בילד באַזונדער.

דאָס ביכל, L’Chaim: Pictures to Evoke Memories of a Jewish Life [לחיים: בילדער וואָס רופֿן אַרויס זכרונות פֿון אַ ייִדיש לעבן] פֿון אליעזר סאָבעל, איז מסתּמא דאָס ערשטע פֿון דעם זשאַנער — געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר דערוואַקסענע מיט דעמענציע. דער 64־יעריקער מחבר גיט איבער, אַז די ייִדישע געשיכטע און קולטור זענען אַזוי רײַך מיט בילדשאַפֿט, און אין די מושבֿ־זקנימס געפֿינען זיך אַ גרויסע צאָל ייִדן מיט דעמענציע.


סאָבעלס 93־יעריקע מאַמע מאַניע לײַדט שוין אויף אַלצהײַמער זיבעצן יאָר לאַנג. אַ חורבן־געליטענע, איז איר שפּראַך, מיטן רוק פֿאָרויס פֿון דער קרענק, ביסלעווײַז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. אָבער איין מאָל האָט זי אַדורכגעבלעטערט אַ זשורנאַל און האָט די קעפּלעך פֿון די אַרטיקלען פּלוצלינג אַרויסגעלייענט אויף אַ קול. סאָבעל איז געבליבן געפּלעפֿט אַז זי קען נאָך אַלץ לייענען. איז ער גלײַך אַוועק אין אַ ביכערקראָם איר צו קויפֿן אַ בילדערביכל פֿאַר דעמענציע־פּאַציענטן. האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אַזאַ מין ביכל איז נישטאָ צו באַקומען.

סאָבעל האָט אָנגעקלונגען דער לאַנדישער אַלצהײַמער־אַסאָציאַציע, האָט די ביבליאָטעקערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע אים געזאָגט אַז כאָטש סע געפֿינען זיך מער ווי 20,000 ביכער ווי אַזוי זיך צו פֿאַרנעמען מיט מענטשן מיט אַלצהײַמער, ווייסט זי נישט צי ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ בוך וואָס ער זוכט. צום סוף האָט זי יאָ געפֿונען עטלעכע, אָבער טאַקע נאָר עטלעכע, כאָטש סע געפֿינען זיך אין אַמעריקע אַרום 5.8 מיליאָן מענטשן מיט אַלצהײַמער. האָט סאָבעל, שוין פֿון פֿריִער אַ שרײַבער, זיך אינספּירירט און אין 2012 אַליין אָנגעשריבן אַ בילדערביכל א״ט Blue Sky, White Clouds: A Book for Memory-Challenged Adults [בלויער הימל, ווײַסע כמאַרעס: אַ ביכל פֿאַר דערוואַקסענע וואָס האָבן צרות מיטן זכּרון]. דאָס ביכל באַשטייט פֿון גרויסע קאָלירטע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿייגל, ביימער און עופֿעלעך מיט פּשוטע אוטערקעפּלעך ווי, למשל, „דאָס עופֿעלע שלאָפֿט“ און „שניי באַדעקט די ביימער“. „אַז אַ קראַנקער אויף אַלצהײַמער זאָגט די נעמען פֿון די בילדער, מאַכט עפּעס אַ באַמערקונג אָדער ווערט באַווירקט פֿון די ביכער, איז שוין גוט,‟ האָט באַמערקט דוד טעפּלאָ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון נעווראָלאָגיע אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס.

סאָבעל האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען ווי וויכטיק ס׳וואָלט געווען אַ בוך מיט ייִדישע טעמעס, ווײַל דווקא פֿון אַזוינע טעמעס איז באַשטאַנען דאָס לעבן פֿון זײַן מאַמע און פֿון דער משפּחה. כאָטש די משפּחה איז נישט קיין פֿרומע האָט מען תּמיד געהאַלטן כּשר. פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט מען געגעסן אַ שבתדיקן מאָלצײַט און שבת אין דער פֿרי איז סאָבעל געגאַנגען אין שיל דאַווענען מיטן טאַטן. בײַ דער מאַמען איז שבת געווען אַ טאָג נישט צו רייניקן די שטוב, נאָר צו טאָן עפּעס ספּעציעלס.

ווי אַ שארית־הפּליטהניצע האָט די אַלצהײַמער־קרענק אין אַ געוויסן זינען זי באַפֿרײַט פֿון די שרעקלעכע זכרונות. די בילדערביכער שטעלן איר צו אַ געוויסע מאָס מנוחה און — אויך גאָר וויכטיק — פֿאַרווײַלונג. ס׳איז דווקא שווער צו געפֿינען עפּעס מיט וואָס צו פֿאַרווײַלן אַ מענטשן וואָס געדענקט שוואַך. אָבער לויט סאָבעלן קען די מאַמע עס איבערלייענען הונדערט מאָל, וועט עס איר קיין מאָל נישט נימאס ווערן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/202543/finally-a-book-for-jews-with-alzheimers/#ixzz4ZAPDbr9I

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: