ינט עס האָט זיך אָנגעהויבן די אָלימפּיאַדע אין ריאָ דע זשאַנעראָ דעם 5טן אויגוסט, האָט מען שוין אָנגעשריבן אַ סך אַרטיקלען וועגן די ייִדישע אַטלעטן, וואָס באַטייליקן זיך הײַיאָר ווי, למשל, אַלי רײַזמאַן און גבי דאָגלאַס.

אינטערעסאַנט איז אָבער אַז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָלימפּיאַדע־יו־טוב ווידעאָס בײַ ייִדן די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז דווקא געווען אין שײַכות מיט אַ נישט־ייִדישן אַטלעט. דעם 9טן אויגוסט האָט די 16־יאָריקע יאַפּאַנישע גימנאַסטקע, סאַיע מיִאַקאַוואַ, דורכגעפֿירט איר פּראָגראַם צו אַ קלעזמער־אַראַנזשירונג פֿונעם ליד „כּל העולם כּולו‟, וואָס דער גרינדער פֿון בראַצלעווער חסידות, ר׳ נחמן, האָט אָנגעשריבן אינעם 18טן יאָרהונדערט.

דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַן אַטלעט ניצט אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע מעלאָדיע אויף דער אָלימפּיאַדע. אין לאָנדאָן 2012, האָט רײַזמאַן געוווּנען אַ גאָלדענעם מעדאַל נאָכן דורכפֿירן איר פּראָגראַם צו „הווה נגילה‟.

מיִאַקאַוואַ האָט אָבער נישט געהאַט רײַזמאַנס מזל; קיין מעדאַל האָט זי נישט געוווּנען. די יאַפּאַנישע גימנאַסטיק־מאַנשאַפֿט איז געקומען אויפֿן פֿערטן אָרט, נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד און כינע.

הגם די אָלימפּיאַדע האָט צוליב עפּעס אַ סיבה לעצטנס אַראָפּגענומען פֿון דער אינטערנעץ דעם ווידעאָ פֿון מיִאַקאַוואַס „ייִדישער‟ פּראָגראַם, קען מען זען ווי די גימנאַסטקע פֿירט דורך די זעלבע פּראָגראַם אויפֿן נאַציאָנאַלן גימנאַסטיק־פֿאַרמעסט אין יאַפּאַן דעם 16טן אַפּריל 2016:

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/198768/japanese-gymnast-performs-routine-to-klezmer-music/#ixzz4HpFlppq4

Las opiniones expresadas aquí representan el punto de vista particular de nuestros periodistas, columnistas y colaboradores y/o agencias informativas y no representan en modo alguno la opinión de diariojudio.com y sus directivos. Si usted difiere con los conceptos vertidos por el autor, puede expresar su opinión enviando su comentario.

SIN COMENTARIOS

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


Artículo anteriorSur Facebook, des supporters de l’EI débattent de la Une du dernier Charlie Hebdo et profèrent des menaces
Artículo siguienteLa memoria del Holocausto se renueva en Brasil con fotos inéditas