Purim en Panamá, (En Yiddish)

Por:
- - Visto 539 veces

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נו, און אַחוץ דער מגילה?

דורך אַ קאָנטאַקט, צוגעשטעלט דורך מײַן פּלימעניק, דניאל שעכטער (וואָס האָט פֿאַרבראַכט אַ סך חדשים אויפֿן דרומדיקן קאָנטינענט), האָבן מיר זיך אין דער שטאָט פּאַנאַמע באַקענט מיט דער פֿאַרצווײַגטער סירישער משפּחה דיין. דאָס איז גאָר אַ פֿאַרמעגלעכע משפּחה (ווי אַ גרויסער טייל פֿון די אָרט‎יקע ייִדישע משפּחות וואָס אַרבעטן בײַ מיסחר), וואָס וווינט אין אַ רחבֿותדיקער, עלעגאַנטער דירה העכער פֿערציק גאָרנס איבער דער שטאָט. די משפּחה איז זייער אַ בכּבֿודיקע: דער 24־יאָריקער זון ריימאָנד האָט אונדז געוויזן אַ פּרעכטיקן אײַנגערעמטן משפּחה־בוים אויף דער וואַנט, וואָס ווײַזט קלאָר אָן, אַז די משפּחה ציט איר ייִחוס־קייט העט פֿון דוד המלך! אויך טשיקאַווע, וואָס דער קאָמיקער דזשערי סײַנפֿעלד געפֿינט זיך אויף דעם משפּחה־בוים: ער האָט, ווײַזט זיך אַרויס, חתונה געהאַט מיט ריימאָנדס אַ גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־גליד־שוועסטערקינד (eighth cousin בלע״ז)!


די מחברטע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, און איר מאַן, מלך, שפּאַצירן מיט אַ טורפֿירערין, מעלוואַ, אינעם פּאַנאַמער וואַלד פֿונעם נאַטור־רעזערוואַט „באַרראָ קאָלאָראַדאָ‟. מעלוואַ איז נישט נאָר אַ טורפֿירערין, נאָר אַ ביאָלאָגין, וואָס אַרבעט בײַם אויפֿהיטן פּאַנטערן פֿון אויסשטאַרב.

בקיצור: די משפּחה דיין האָט אונדז גערן אויפֿגענומען; אַלבערטאָ און גיי דיין (ריימאָנדס טאַטע־מאַמע) האָבן אונדז פֿאַרבעטן סײַ אויפֿן אָפּפֿאַסטן נאָך אסתּר־תּענית (דעם טאָג פֿאַר פּורים), סײַ אויף דער פּורים־סעודה גופֿא. מיר האָבן טועם געווען פֿאַרשידענע ספֿרדישע דעליקאַטעסן, למשל, דעם סירישן לאַכמאַדזשין, וואָס באַשטייט פֿון אַ געמיש פֿון האַקפֿלייש, טאַמאַרינד, צימערינג, פּאָמידאָרן־פּאַסטע און אַנדערע בשׂמים, באַשמירט אויף אַ קײַלעכיקן שיכט טייג. דער מאכל איז געווען טעם גן־עדן און האָט ממש אַ קיצל געטאָן אין אַלע ווינקלען פֿון מויל!

קיין קאָסטיומען אויף דער גאַס האָבן מיר דווקא נישט געזען. אַז כ׳האָב זיך נאָכגעפֿרעגט האָט מען געזאָגט, אַז דאָס פֿאַרשטעלט מען זיך נאָר אין דער היים און אין דער שול.

און שלח־מנות צעטראָגט מען אַוודאי — ס׳איז דאָך אַ מיצווה, נאָר אַזוי ווי אַ סך פֿון די באַמיטלטע ייִדן וווינען אויף הויכע גאָרנס, לאָזט מען איבער דעם שלח־מנות אינעם לאַבי פֿון די דירות־הײַזער, אַלע אויסגעשטעלט איינער נאָכן צווייטן אין אַ ריי לעבן דעם ליפֿט, הינטערן טירוועכטער, אַזוי אַז די משפּחות זאָלן, בײַם אָקומען אַהיים, אָפּנעמען דעם שלח־מנות.

בקיצור: אַן אומגעוויינלעכער פּורים אין אַ (מיר) פֿריִער אומבאַקאַנטן ייִדישן ווינקל פֿון דער וועלט. איבער אַ יאָר פּורים — מערטשעם אין אַן אַנדער לאַנד!

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/195764/purim-in-panama/?p=all#ixzz44PKaIAx5

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: