פֿאָלקסרעטענישן זײַנען באַליבט בײַ יונג און אַלט! נו, װאָדען? זײ זײַנען שפּילעװדיק און פֿול מיט הומאָר און טראָגן אין זיך ייִדישע קולטורװערטן. דערצו שאַרפֿט מען זיך מיט זײ דעם מוח. די ווײַטערדיקע פֿאָלקסרעטענישן, פֿאָרגעלייענט פֿון פּערל טייטלבוים, געפֿינען זיך אין שלמה באַסטאָמסקיס ייִדישע פֿאָלקסרעטענישן, געדרוקט אין ווילנע אין 1917. אַ סקאַנירטן נוסח קען מען אַראָפּלאָדן דאָ: https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc202608/bastomski-s-solomon-yidishe-folksretenishn
נאָך אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם פּעדאַגאָג, פֿאָלקלאָריסט און שרײַבער שלמה באַסטאָמסקי געפֿינט זיך דאָ: https://yivoencyclopedia.org/article.aspx/Bastomski_Shloyme
פּערל טײטלבױם לערנט ענגליש און ייִדיש. זי איז אױך אַ זינגערין און זינגט אױף עטלעכע רעקאָרדירונגען, צװישן זײ „װאַסערל” , „זומערטעג” , „פֿלי,פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג” , און „די גרינע קאַטשקע”. נאָך פּרטים אױף איר װעבזײַטל http://learnyiddishlive.com
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די פֿערטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!“, אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע http://www.leagueforyiddish.org
Artículos Relacionados: