En la Serie Mundial de 2022, el campeonato de béisbol, los Astros de Houston juegan contra los Filis de Filadelfia. Los fanáticos en el estadio, que pagan precios altísimos por las entradas, miran cautivados por cada lanzamiento, cada golpe del bate y cada bola que vuela alto, y rugen cada vez que un jugador de béisbol se desliza hacia la primera base o conecta un jonrón. Aunque algunos pueden encontrar el béisbol algo aburrido, para los fanáticos es lo más destacado del año.

אין דע‮ר וועלטסעריע 2022 – דער בייסבאָל־טשעמפּיאָנאַט – שפּילן די היוסטאָנער אַסטראָס קעגן די פֿילאַדעלפֿיער פֿיליס. די אָנהענגערס אינעם סטאַדיאָן, וואָס די בילעטן קאָסטן זיי אָפּ אַ מאַיאָנטיק, קוקן זיך צו פֿאַרכאַפּט פֿון יעדן פּיטש, יעדן קלאַפּ מיט דער הילקע, און יעדן בייסבאָל וואָס פֿליט הויך אין דער לופֿטן, און מע שרײַט אויס פֿאַר פֿרייד ווען נאָר אַ בייסבאָליסט גליטשט זיך אַרײַן אין ערשטן בייס אָדער קלאַפּט אַהיים. כאָטש פֿאַראַן אַזוינע וואָס האַלטן אַז בייסבאָל איז אַ קאַפּעלע נודנע, איז די וועלטסעריע פֿאַר די אָנהענגערס דער הויכפּונקט פֿון יאָר.

base: די באַזע, ־ס; דער בייס, ־ן

[DI BÁZE, -S; DER BEYS, -N]

baseball: דער בײסבאָל, ־⁠ן

[DER BÉYSBOL, -N]

(baseball) bat: די הילקע, ־⁠ס

[DI HÍLKE, -S]

Clic aquí para leer el artículo completo