Celebran Cabarest de Berlín y Tel Aviv, 50 años de colaboración

Por:
- - Visto 314 veces

אינעם יאָר 1965, האָט דער ערשטער אַמבאַסאַדאָר פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד אין ישׂראל, ד״ר ראָלף פּאַולס, אַ געוועזענער אָפֿיציר פֿון „ווערמאַכט‟, געגעבן אַ קוש אין גאָלדע מאירס האַנט. דעמאָלט איז זי געווען די ישׂראלדיקע אויסערן־מיניסטאָרין. דער דאָזיקער סימבאָלישער זשעסט איז געווען אַ טייל פֿונעם לאַנגן דיפּלאָמאַטישן פּראָצעס פֿון אָפֿיציעלע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.

אין יענער תּקופֿה, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג זיך באַצויגן צו דײַטשלאַנד זייער קאַלט. אַ סך ישׂראלים האָבן פּראָטעסטירט קעגן וועלכע־ניט־איז באַציִונגען מיטן לאַנד, צוליב דער פֿינצטערער פֿאַרבינדונג מיטן חורבן. הײַנט, מיט 50 יאָר שפּעטער, זענען די צוויי לענדער געוואָרן נאָענטע פֿרײַנט און שותּפֿים. הײַיאָר קומען פֿאָר אַ ריי צערעמאָניעס און אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד.

באַזונדערס וואַרעם איז דער „ראָמאַן‟ צווישן בערלין און תּל־אָבֿיבֿ, וועלכער האָט זיך אַנטוויקלט מיט 20 יאָר צוריק, ווען דער קולטור־רענעסאַנס אין ביידע שטעט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין צענטערס פֿון שעפֿערישער יוגנטלעכער ענערגיע. דעם 27סטן אויגוסט וועט אין תּל־אָבֿיבֿ און בערלין פֿאָרקומען אַן אייגנאַרטיקע צערעמאָניע פֿונעם דיפּלאָמאַטישן יוליביי: די בעסטע „די־דזשייס‟ פֿון די בערלינער און תּל־אָבֿיבֿער נאַכט־קלובן וועלן שיקן זייער מוזיק אויף דער ראַדיאָ איבערן קאָנטינענט.


די דײַטשישע סטאַנציע DRadio Wissen און די ישׂראלדיקע אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנציע „קול־ישׂראל‟ וועלן איבערגעבן צוזאַמען די מוזיק פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב „כּולי עלמא‟, וווּ עס וועלן שפּילן די „די־דזשייס‟ פֿונעם בערלינער קלוב The Beathoavenzs. אין דער זעלבער צײַט, וועלן אינעם בערלינער קלוב „פּרינץ טשאַרלז‟ אויפֿטרעטן זייערע תּל־אָבֿיבֿער קאָלעגן, ירין לידור און נדבֿ נאמן. בשותּפֿות, וועלן די סטאַנציעס שאַפֿן אַ מין אינטערנאַציאָנאַלן נאַכט־קלוב, אויסטוישנדיק די ראַדיאָ־כוואַליעס איבער דער וועלט.

יונתן ליפּיץ, איינער פֿון די זיבן בעלי־בתּים פֿונעם קלוב „כּולי עלמא‟, וואָס שטייט אויף דער גאַס „יהודה הלוי‟, האָט באַטאָנט, אַז בערלין און תּל-אָבֿיבֿ זענען אַ „צווילינג‟. ווען דער בערלינער מויער איז געפֿאַלן, האָט זיך אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט אָנגעהויבן אַ גאַנצע קולטור־טראַנספֿאָרמאַציע. אַן ענלעכער פּראָצעס אין תּל־אָבֿיבֿ איז געווען פֿאַרבונדן מיט די פּאָליטישע שטימונגען.

ליפּיץ האָט צוגעגעבן, אַז אַזאַ „קלוב־דיפּלאָמאַטיע‟, ווי די פּלאַנירטע בשותּפֿותדיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם, איז אַן אויסגעצייכנטער ענטפֿער צו די מויערן און גרענעצן, וואָס צעטיילן די מענטשן אין פֿאַרשיידענע לענדער. קלאַודיאַ פֿרענזעל, וועלכע פֿירט אָן מיטן דײַטשישן טייל פֿון דער ראַדיאָ־אונטערנעמונג, האָט באַטאָנט, אַז די מוזיק איז אַ שפּראַך, וואָס יעדער פֿאַרשטייט, און איז גובֿר די גרענעצן פֿון אונדזער „דרעק־פּאָליטיק‟, ווי זי האָט זיך אויסגעדריקט.

אַן אַנדער סיבה, וואָס פֿאַראייניקט הײַנט תּל־אָבֿיבֿ און בערלין, איז די גרויסע צאָל ישׂראלים, וואָס וווינען הײַנט אין דער דײַטשישער הויפּטשטאָט. לויט דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין בערלין, האָבן צווישן 10 און 15 טויזנט תּל־אָבֿיבֿער דאָרטן געשאַפֿן אַ גאַנצע סבֿיבֿה, וווּ די ישׂראלים פֿילן זיך ממש ווי אין דער היים. אין בערלין באַווײַזן זיך אויך כּסדר די ישׂראלדיקע טוריסטן, אַרײַנגערעכנט אַ סך אײַנוווינער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, פּונקט ווי אַ סך בערלינער דײַטשן פֿאָרן אָפֿט אויף וויזיטן קיין תּל־אָבֿיבֿ.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/190474/nightclubs-in-tel-aviv-and-berlin-celebrate–yea/#ixzz3jrm588o2

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: