Crearán los Lubavitch un centro para refugiados en Anatevka

Por:
- - Visto 587 veces

נישט ווײַט פֿון קיִעוו ווערט איצט געשאַפֿן אַ גאַנצער ייִשובֿ פֿאַר ייִדן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם לוגאַנסקער „און דאָנעצקער ראַיאָן, צוליב דעם באַוואָפֿנטן קאָנפֿליקט מיט די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטישע כּוחות, ווי אויך פֿונעם האַלב־אינדזל קרים, וואָס רוסלאַנד האָט איבערגענומען פֿון אוקראַיִנע און אַנעקסירט מיט אַ יאָר צוריק.

בסך־הכּל, האָבן 1.23 מיליאָן מענטשן פֿאַרלאָזט די קאָנפֿליקט־זאָנעס. די „יו־ען‟ האַלט, אַז ס׳איז בעסער צו שאַפֿן פֿאַר זיי מיקלט־צענטערס אינעם זעלבן לאַנד, אַנשטאָט צו העלפֿן צו עמיגרירן, ווײַל אינמיטן אוקראַיִנע קענען די פּליטים זיך גרינגער אַדאַפּטירן צום נײַעם אָרט, בלײַבנדיק אונטער דער זעלבער יוריסדיקציע. למעשׂה, אָבער, איז הײַנט אין אוקראַיִנע אויפֿגעקומען דער פֿענאָמען פֿון „אינערלעכע פּליטים‟. הגם די תּושבֿים פֿון לוגאַנסק און אַנדערע סכּנותדיקע זאָנעס בלײַבן אונטער דער אוקראַיִנישער יוריסדיקציע, איז פֿאַר זיי שווער צו געפֿינען אַ פּרנסה און אַ נײַע היים. די פּאָליטישע אַנאַליטיקער האָבן מורא, אַז די דאָזיקע גרויסע גרופּע אוקראַיִנישע בירגער, וועלכע האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זייערע שטיבער און זיך פֿאַרוואַנדלט אין נע־ונדניקעס, קאָן ווערן אַ יאָדער פֿון נײַע גרויסמאַסשטאַביקע אומרוען.

דער אוקראַיִנישער ליובאַוויטשער הויפּט־רבֿ, הרבֿ משה־ראובֿן אַזמאַן, פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט פֿונעם פּליטים־צענטער אין שפּאָלע. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן, אַז זייער מאָדעל וועט ווערן אַ דערפֿאָלגרײַכער מוסטער, וועלכער וועט העלפֿן צו עפֿענען ענלעכע ייִשובֿים אין אַנדערע שטעט און לייזן די פּראָבלעם פֿון די „אינערלעכע פּליטים‟.


אויפֿן איצטיקן מאָמענט, האָט מען שוין געקויפֿט אַ שטח פֿון 8 העקטאַר ערד לעבן קיִעוו און אָנגעהויבן בויען די ערשטע בנינים. אינעם קומענדיקן סעפּטעמבער פּלאַנירט מען צו עפֿענען אַ שול. אַחוץ די וווין־הײַזער, האָטעלן און אַ יתומים־הויז, קלײַבט מען זיך צו שאַפֿן אינעם פּליטים־ייִשובֿ אַ קאָמפּיוטער־צענטער פֿאַר פּראָגראַמיסטן, אַ פֿאַרם, אַ בעקערײַ מיט אַן אייגענער מיל, אַ קעז־פֿאַבריק און אַנדערע עלעמענטן פֿון אַ זעלבסט־פֿירנדיקער אינפֿראַסטרוקטור. מע פּלאַנירט אויך צו העלפֿן די פּליטים צו באַקומען אַ בילדונג אין אויסלאַנד.

די ליובאַוויטשער חסידים, בראָש מיט הרבֿ אַזמאַן, האָבן מיט אַ יאָר צוריק געשאַפֿן אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ גרופּע פּליטים פֿון קאָנפֿליקט־זאָנעס אין שפּאָלע, אַ שטעטל אין דער טשערקאַסער געגנט, אויף דרום־מיזרח פֿון קיִעוו. ווען דער נײַער ייִשובֿ, וואָס ווערט געשאַפֿן אין דער קיִעווער פֿאָרשטאָט אַנאַטעווקע, וועט אויסגעבויט ווערן ווי געהעריק, וועלן די פּליטים זיך אַהין אַריבערציִען פֿון שפּאָלע.

דאָס אוקראַיִנישע שטעטל אַנאַטעווקע, באַקאַנט בײַ ייִדן ווי אַנאַטיווקע אָדער אַנאַטעווקע, איז באַרימט אין דער וועלט ווי דאָס אָרט, וווּ עס קומען פֿאָר די געשעענישן פֿונעם קלאַסישן אַמעריקאַנער מוזיקאַלישן פֿילם „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟, אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס קלאַסיש ווערק „טבֿיה דער מילכיקער‟. הגם דער שרײַבער האָט אויסגעטראַכט דאָס באַשריבענע שטעטל, האָט ער אויסגענוצט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע אַ רעאַל אָרט, וואָס טראָגט אַזאַ נאָמען אַנאַטעוועקע — אַ געוועזענער צענטער פֿון חסידות, וווּ עס ליגט באַערדיקט דער גרויסער צדיק רבי מאָטל טשערנאָבילער.

הרבֿ משה־ראובֿן אַזמאַן פּלאַנירט צו עפֿענען אויפֿן זעלבן אָרט, וווּ מע בויט דעם ייִדישן פּליטים־לאַגער, אַ היסטאָרישן מוזיי, ווי אַ טייל פֿונעם ייִשובֿ־פּראָיעקט. לויטן פּלאַן, וועלן דאָרטן אויסגעשטעלט ווערן פֿאַרשיידענע שטוב־חפֿצים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל־לעבן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מוזייען, וווּ די עקספּאָנאַנטן ווערן אָפּגעהיט הינטערן גלאָז, וועלן די באַזוכער, לויטן חידושדיקן פּלאַן, קאָנען אָנטאַפּן די חפֿצים מיט די אייגענע הענט, כּדי זיך פֿאָרצושטעלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן.

לויט אַזמאַנס פּלאַן, וועט דעם מוזיי אויך צוציִען די טוריסטן צום פּליטים־צענטער, ווי אויך העלפֿן די ייִדישע קינדער, וואָס זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון די סכּנותדיקע ראַיאָנען, צו באַקענען זיי מיט דער ירושה פֿון זייער פֿאָלק אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/188896/refugee-center-in-anatevka/#ixzz3eDDjHDx6

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: