Memorias del Holocausto: Nadie sabe que D-s está llorando…

Por:
- - Visto 665 veces

אין גמרא קאָן מען געפֿונען אי נעגאַטיווע, אי פּאָזיטיווע באַציִונגען צו  מעדיצין. למשל, „עס איז אַ רעליגיעזע מיצווה אָפּצוהיטן דאָס געזונט‟; „אַ  תּלמיד־חכם טאָר ניט וווינען אין אַ שטאָט, וווּ עס איז ניט פֿאַראַן קיין  דאָקטער‟, וכּדומה.

אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור קאָן מען געפֿינען סײַ פּאָזיטיווע  שילדערונגען און סײַ ניט ווייניק חכמות און וויצן וועגן דאָקטוירים. אין  שלום־עליכמס אַ בריוו געפֿינען מיר: „די… דאָקטוירים ווייסן ניט פֿון דאַנען  אַהין‟. בײַ דניאל טשאַרני: „אמת, ווען איך פֿאָלג די דאָקטוירים, וואָלט איך שוין  לאַנג געווען אויף יענער וועלט‟. בײַ אונדז, אין ישׂראל, האָט מען ליב צו זאָגן:  „ווען די דאָקטוירים שטרײַקן, פֿאַלט מיט אַ מאָל די שטערבלעכקייט אין לאַנד‟.

נאָר דאָס זענען בלויז חכמות. מיר אַלע ווייסן די וויכטיקע ראָלע וואָס עס  שפּילט אין אונדזער לעבן די הײַנטיקע מעדיצין און די וווּנדערלעכע דערגרייכונגען  אין דעם געביט אין ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, שטאַרבן אי יונגע, אי עלטערע לײַט צוליב  פֿאַרשיידענע קראַנקייטן. וועגן וואָס טראַכטן זיי דעמאָלט, ווען מע געפֿינען זיך  „אויף דער שוועל פֿון יענער וועלט‟? וואָס פֿאַר אַ פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירונגען  וועגן טויט און לעבן מאַכן זיי אויף דער גרענעץ צווישן זײַן און ניט זײַן?


„אויפֿן שוועל פֿון יענער וועלט‟ — אַזוי הייסט דניאל טשאַרניס בוך, וווּ ער  דערציילט וועגן זײַן לעבן אין משך פֿון 12 יאָר, ביזן טויט 1959, אין די  לונגען־הייל־אַנשטאַלטן. אָבער וועגן די באַשרײַבונגען זײַנע — אַ ביסל שפּעטער.  צוערשט, וועלן מיר אָנהייבן פֿון אונדזער קלאַסיקער. שלום־עליכם, אין די בריוו  פֿאַרן יאָר 1913 צו י. ד. בערקאָוויטשן, פֿון אַ בערנער שפּיטאָל האָט געשריבן:  „פֿאָריקע נאַכט בין איך אַראָפּ אין קבֿר. ס’איז געווען נאָר איין טריט צווישן מיר  און דעם טויט. איך האָב פֿיל געשריִען און נאָך מער געוויינט… עס קאָן זײַן, אַז  איך וועל מיך אויסהיילן און עס קאָן זײַן, אַז איך וועל גיין אין גרוב… איך בין מיך  כּלל ניט מצער, וואָס מײַן לעבן ווערט איבערגעשניטן. וואָרים איך האָב גענוג  געלעבט, אויך אַ סך כּבֿוד געהאַט בײַם לעבן, און אויך אַ שטיקל ירושה האָב איך  איבערגעלאָזט… פֿאַר מײַן פֿאָלק.‟

אין דענעווער שווינדזוך־סאַנאַטאָריע האָט זיך געהיילט ה. לייוויק. און אויך  דאָרטן, פֿאַר אים, איז געלעגן דער יונג־געשטאָרבענער פּאָעט דוד עדעלשטאַט. ער איז  נאָך געווען צו יונג, 26 יאָר, צו טראַכטן וועגן שטאַרבן, וועגן  לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע! ער, דער פּראָלעטאַרישער פּאָעט, וועלכער איז געשטאָרבן פֿון  דער פֿאַרשפּרייטסטער „פּראָלעטאַרישער‟ קרענק, ווי מע האָט גערופֿן די שווינדזוכט,  האָט אין ליד „מײַן צוואה‟ אויסגעדריקט זײַן באַציִונג צו דעם קאַמף פֿון דעם  אַרבעטער־קלאַס:

אָ, גוטע פֿרײַנד, ווען איך וועל שטאַרבן, טראָגט צו מײַן קבֿר אונדזער פֿאָן  — די פֿרײַע פֿאָן מיט רויטע פֿאַרבן, באַשפּריצט מיט בלוט פֿון  אַרבעטסמאַן!…

פֿיר יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ה. לייוויק פֿאַרבראַכט אין  שווינדזוכט־סאַנאַטאָריעס. דאָס זענען אויך געווען יאָרן פֿון דערפֿאָלגרײַכער  שעפֿערישקייט פֿונעם פּאָעט. וועגן דער צײַט האָט ער אָנגעשריבן צוויי פּאָעטישע  ציקלען „לידער פֿון גן־עדן‟ און אויך „באַלאַדע פֿון דענעווער־סאַנאַטאָריום‟,  „לידער צו דער באַרעמהערציקער שוועסטער‟. שורות פֿון זײַנע באַשרײַבונגען וועגן  שפּיטאָל: „דאָ זעט מען דאָס שמייכל פֿון שטאַרבן‟. וועגן די קראַנקע: „ער גרייט  זיך צום מעסער פֿון שניטער… — בין גרייט, קום מיך נעמען, וווּ ביסטו, וווּ ביסטו?‟;  „צי איז ניט דאָס שטאַרבן צומאָל אַ טראָט צו אַ נײַערן לעבן?‟; „מיך שרעקט ניט  מײַן אייגענער טויט, נאָר די ליידיקע בעט פֿון מײַן שכן‟…

איצט וועלן מיר זיך אַ ביסל אָפּווענדן פֿון לייוויקס דיכטונג און זען ווי  פּאָעטיש באַשרײַבט ער אין פּראָזע די קרענק, די שווינדזוכט, אין זײַן ביכל „מיט  דער שארית־הפּליטה‟:

— שווינדזוכט… טוט איר צעשטערערישע אַרבעט שטיל, בהדרגהדיק, כּמעט ווי מיט  זײַדענע פֿינגער, פֿאַנאַנדערשפּינענדיק דינינקע, צאַרטע געוועבן. מ’קאָן מיינען,  אַז פֿאַנאַנדערשפּינענדיק זיי שפּילט זי דערווײַל אויף זיי, ווי אויף פֿאַרחלומטע  סטרונעס און שפּילט אויס אויף זיי די שטילסטע ניגונים.

יעקבֿ פֿרידמאַנען איז געווען באַשערט אַ שווער, פּײַנפֿול שטאַרבן. די לעצטע  פֿיר יאָר פֿון זײַן לעבן איז זײַן הויפּטמאָטיוו געווען טויט. נאָר פֿאַר אים,  מיין איך, איז די קרענק געוואָרן אַ באַזונדערע טראַגעדיע! — ווײַל דער לירישער  העלד פֿון זײַנע לידער איז געווען גאָט גופֿא! מיט אים, מיט גאָט, האָט ער  געשמועסט, כּמעט אין אַלע זײַנע שאַפֿונגען, ווי מיט אַ חסידישן רבי, ווי מיט אַ  האַרציקן ייִד, ווי מיט אַ טײַערן אייגענעם קרובֿ זײַנעם. גלײַך ווי זיי זענען  געווען איין משפּחה — גאָט און די פֿרידמאַנס! צו אים, צו די „בינשטאָקן פֿונעם  אייבערשטן האָט ער, דער דיכטער, געטראָגן דעם האָניק פֿון ליבשאַפֿט…‟ אין  פֿרידמאַנס באַנעם פֿון דער וועלט איז ניט געווען קיין סימן פֿון דאַרוויניזם! און  דאָ פּלוצעם די „גוטע‟ קרענק! פֿאַר וואָס! ער וויל אין זײַנע לעצטע פֿילקאָלירטע  „שוואַרצע‟ לידער פֿאַרשטיין גאָטס וועג. אין זײַן „תּפֿילה פֿון ראַק־קראַנקע‟  דערמאָנט פֿרידמאַן דעם אייבערשטן, ווי זיי, די קראַנקע זײַנען אַ מאָל באַשאַפֿן  געוואָרן. שורות פֿון אַ ליד:

— האַר, צי געדענקסטו נישט די טעג פֿון אונדזערע קינדער־יאָרן, בעת דײַנע  הענט האָבן מיט ליבשאַפֿט אונדזערע גופֿים אויפֿגעבויט? ווי דורך ציטערדיקע סטרונעס  פֿון אַ פֿידל ביסטו דורך אונדזערע גלידער געגאַנגען, און יעדן צעל, דאָס מינדסטע  אָדערל אין אונדזער גוף איז געוואָרן ליד, אונדזערע גלידער — אַ געזעמל געזאַנגען…  געדענקסטו, מיט וויפֿל ליבשאַפֿט האָסטו געשליפֿן די רויזן־בלעטער פֿון אונדזערע  אויערן…

און דערנאָך די פֿראַגע פֿונעם פּאָעט צו גאָט: „קען דען זײַן, אַז דער  באַשעפֿער האָט זײַן ווערק געלאָזט אַליין אין די הענט פֿון שוואַרצן פֿראָסט?‟

יעקבֿ פֿרידמאַן ענטפֿערט אויף דעם אין אַן אַנדער ליד: /דער באַשעפֿער, וויל  העלפֿן, נאָר ער קען נישט…//און ער וועט געוויס זיך שעמען מיט זײַן  אוממאַכטיקייט…/

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/172632/no-one-knows-that-god-is-weeping/#ixzz2e9YgDZTm

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

2 comentarios en «Memorias del Holocausto: Nadie sabe que D-s está llorando…»

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: