משה סחר, דער ייִדישער און העברעיִשער שרײַבער און איבערזעצער איז געשטאָרבן דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, אַ טאָג נאָך זײַן 94סטן געבוירן־טאָג.
ער איז געווען דער מחבר פֿון צענדליקער ייִדישע זינגלידער וועלכע זענען אַרײַן אין ישׂראלדיקן רעפּערטואַר. ער האָט אויך אַרויסגעגעבן זיבן ביכער און איבערגעזעצט אַ סך ווערק פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. ניט ווייניק ביכער — סײַ זײַנע, סײַ פֿון אַנדערע מחברים — זענען דערשינען מיט זײַנע חנעוודיקע אילוסטראַציעס.
Artículos Relacionados: