בעת די אָרגאַניזירער פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ האַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די צוגרייטונגען אויף איר 45סטער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין צוויי וואָכן אַרום, הייבן אָן די אָרגאַניזירער פֿון איר אייראָפּעיִשער צווילינג־פּראָגראַם זייער אַרבעט.
דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז דער צווייטער „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ וועט פֿאָרקומען אין גריכנלאַנד פֿונעם 29סטן דעצעמבער ביזן 4טן יאַנואַר. אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן וועט מען זיך טרעפֿן אין סוניואָן, אויפֿן האַלבאינדזל אַטיקי. מע וועט אײַנשטיין אינעם „סאַראָן האָטעל‟, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם ברעג־ים און ניט ווײַט פֿון אַ באַרימטן אוראַלטן טעמפּל לכּבֿוד דעם גריכישן ים־גאָט פּאָסיידאָן.
https://forward.com/yiddish/428551/second-european-yiddish-week-in-greece/
Artículos Relacionados: