Alan Astro, de San Antonio, unifica su pasión por el Yiddish y Latinoamérica

Por:
- - Visto 452 veces

עס קען זײַן, אַז אונדזערע לייענער האָבן שוין געהערט פֿון אַ טעקסעסער  פֿאַרבינדונג צו ייִדיש — דעם עזבֿון פֿון יצחק באַשעוויס האָט אָפּגעקויפֿט דער  אוניווערסיטעט אין אָסטין; היוסטאָן און דאַלאַס האָבן ממשותדיקע ייִדישע קהילות.  אָבער מכּוח ייִדיש אין דער שטאָט סאַן־אַנטאָניאָ, וווּ עס געפֿינט זיך דער  היסטאָרישער אַלאָמאָ־קלויסטער, הערט מען גאָר זעלטן. אין 1835 האָט אַ גרופּע פֿון  200 אַמעריקאַנער קעמפֿער פֿאַרטיידיקט דעם אַלאָמאָ־קלויסטער גאַנצע 13 טעג קעגן  טויזנטער מעקסיקאַנער סאָלדאַטן, ביז די פֿאַרטיידיקונג איז, סוף־כּל־סוף,  געפֿאַלן. „געדענקט דעם אַלאָמאָ!‟ — איז געוואָרן אַן אויסרוף פֿאַר מוט און  קוראַזש.

נישט ווײַט פֿונעם אַלאָמאָ געפֿינט זיך „טריניטי־אוניווערסיטעט‟, וווּ  פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם־מיכל אַסטראָ לערנט פֿראַנצייזיש און שפּאַניש, און אויך,  פֿון צײַט צו צײַט, ייִדיש. אין אַ יאָר אַרום וועט ער צום ערשטן מאָל אָנפֿירן מיט  אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַסטראָ איז איינער פֿון אַ נײַער  כוואַליע פֿאָרשער וועגן דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור אין דרום־אַמעריקע;  אין דער ברייטערער וועלט איז ער באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד Yiddish  South of the Border, די ערשטע אַנטאַלאָגיע פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער שרײַבער  אויף ענגליש. די וואָך איז ער געקומען צו גאַסט קיין ניו־יאָרק, און מיר האָבן מיט  אים געכאַפּט אַ שמועס וועגן זײַנע ייִדיש־פּראָיעקטן.

אַ געבוירענער אין קאַרנאַסי, ברוקלין, האָט ד”ר אַסטראָ געהערט ייִדיש פֿונעם  עלטערן דור און אויף די גאַסן פֿון ברײַטאָן־ביטש, אָבער צו אים האָט מען גערעדט  בלויז ענגליש. צוליב זײַן אינטערעס צו שפּראַכן, האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין די  זומער־פּראָגראַמען פֿון ייִוואָ און קאָלומביע, וווּ זײַנע לערערס זענען געווען  מרדכי שעכטער, חוה לאַפּין, רחמיאל צוקערמאַן, און יודזשין אָרענשטיין, צווישן  אַנדערע. שפּעטער האָט ער זיך ווײַטער געלערנט בײַ פּראָפֿ’ יצחק ניבאָרסקי אין די  ערשטע צוויי ייִדיש־פּראָגראַמען אין פּאַריז אין די 1990ער יאָרן. ער האָט זיך  אַזוי גיך אויסגעלערנט די שפּראַך, אַז ער איז אַליין געוואָרן אַ ייִדיש־לערער  איין זומער אין די פּראָגראַמען בײַ ייִוואָ־קאָלומביע־אוניווערסיטעט, און אין  שטראַסבורג.


צוליב זײַן מבֿינות אין שפּראַכן, האָט ד”ר אַסטראָ געהאָלפֿן מרדכי שעכטער מיט  דער ערשטער אויסגאַבע פֿון זײַן לערנבוך „ייִדיש־צוויי‟. אָבער אין פֿראַנצייזיש  האָט ער באמת זיך אויסגעצייכנט, און ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט פֿון  „יעיל־אוניווערסיטעט‟ אין פֿראַנצייזישער ליטעראַטור, און באַלד נאָך דעם באַקומען  די פּאָזיציע אין „טריניטי־אוניווערסיטעט‟. אַסטראָ דערציילט, אַז ער וואָלט אויך  געדאַרפֿט אָפּגעבן קרעדיט זײַן חבֿר און דעם ראַדיאָ־קאָרעספּאָנדענט אין ישׂראל  פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟־קול, אָדם גרוזמאַן, פֿאַר זײַן ייִדיש־קענטעניש און הילף אין  זײַנע פֿאָרשונגען.

Read more: http://yiddish.forward.com/articles/177101/a-yiddish-voice-from-the-alamo/#ixzz2wWxXgRwX

Acerca de Central de Noticias Diario Judío

Noticias, Reportajes, Cobertura de Eventos por nuestro staff editorial, así como artículos recibidos por la redacción para ser republicados en este medio.

Deja tu Comentario

A fin de garantizar un intercambio de opiniones respetuoso e interesante, DiarioJudio.com se reserva el derecho a eliminar todos aquellos comentarios que puedan ser considerados difamatorios, vejatorios, insultantes, injuriantes o contrarios a las leyes a estas condiciones. Los comentarios no reflejan la opinión de DiarioJudio.com, sino la de los internautas, y son ellos los únicos responsables de las opiniones vertidas. No se admitirán comentarios con contenido racista, sexista, homófobo, discriminatorio por identidad de género o que insulten a las personas por su nacionalidad, sexo, religión, edad o cualquier tipo de discapacidad física o mental.


El tamaño máximo de subida de archivos: 300 MB. Puedes subir: imagen, audio, vídeo, documento, hoja de cálculo, interactivo, texto, archivo, código, otra. Los enlaces a YouTube, Facebook, Twitter y otros servicios insertados en el texto del comentario se incrustarán automáticamente. Suelta el archivo aquí

Artículos Relacionados: