פֿון דער רעדאַקציע: דער אַרטיקל איז לכתּחילה אָפּגעדרוקט געוואָרן אין פֿעברואַר 2009.
מיט 88 יאָר צוריק, סוף יאַנואַר 1934, איז באַשלאָסן געוואָרן אַריבערצופֿירן די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטיש-אוקראַיִנישער רעפּובליק: פֿון כאַרקאָוו קיין קיִעוו.
מע האָט אָנגערופֿן כּלערליי אָפֿיציעלע תּירוצים פֿאַר אַזאַ באַשלוס, וועלכן מע האָט פּראַקטיש רעאַליזירט מיט פֿינף חדשים שפּעטער, סוף יוני 1934. אָבער פֿאַקטיש האָט זיך צו יענער צײַט פֿאַרענדיקט דער „קאַראַנטין‟ פֿון קיִעוו. די שטאָט האָט מען „אויסגעהיילט‟ פֿון דעם נאַציאָנאַליזם, פֿאַרשפּרייט אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע. דעמאָלט האָט זיך קיִעוו אַסאָציִיִרט מיט אומאָפּהענגיקייט פֿון אוקראַיִנע. אין די 1930ער יאָרן, איז קיִעוו געווען וויכטיק אין דעם נײַעם אידעאָלאָגישן קלימאַט, ווען די היסטאָרישע טראַדיציעס האָט מען אָנגעהויבן אויסנוצן אין דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע.
Artículos Relacionados: